פֿלאָרידע: אַ שמאַלצגרוב פֿאַר פֿרויען (קאַפּיטל 2)Florida: A gold mine for women (Chapter II)
געזאָגט האָט ער אַז ער איז אַ מאָל געווען אַ מיליאָנער אָבער איך האָב גלײַך אײַנגעזען אַז ער איז אויסגעהונגערט.
צו לייענען דעם פֿריִערדיקן קאַפּיטל פֿון דער דערציילונג גיט אַ קוועטש דאָ.
אין דער פֿרי האָב איך אין גאַנצן נישט געוואָלט אַרויסגיין פֿון בעט ווײַל כ׳האָב נאָך געהאַט פֿאַר די אויגן די מוראדיקע סצענעס פונעם פֿריִערדיקן טאָג: דעם מלאך־המוות, דעם מטורף פֿון אָקלאַהאָמע וואָס האָט אונדז ביידן שיִער נישט דערהרגעט, שרײַענדיק אויף אַ קול ווי אַ ווילדע חיה, אַז איך בין נישט גענוג שיין, און נאָך אַ גרושה דערצו — בעתן שאָפֿירן אויפֿן שאָסיי זעכציק מײַל אַ שעה. וואָס איז מיר אָנגעגאַנגען שיינקייט ווען איך האָב געזען דעם טויט פֿאַר די אויגן, נישט פֿאַר קיינעם געדאַכט?
האָב איך איצט נישט געוואָלט אַרויסגיין פֿונעם באַקוועמען, וואַרעמען בעט. כ׳האָב געגעבן אַ טיפֿן זיפֿץ און זיך איבערגעדעקט איבערן קאָפּ מיטן באַבלומטן לײַלעך, און צענדליקער מאָל געדאַנקט דעם אייבערשטן וואָס איך לעב נאָך. כ׳וועל געבן צדקה צו רבי מאיר בעל הנס און אפֿשר אַפֿילו בענטשן גומל.
אָבער צום באַדויערן, בין איך לאַנג נישט געלעגן. די פֿרײַנדינע מײַנע, בײַ וועמען איך בין אײַנגעשטאַנען, איז אַרײַן אין צימער און פֿון מיר אַראָפּגעוואָפֿן דעם לײַלעך. „ס׳איז שוין צען אַ זייגער. גענוג געפּאָפֿן! ווי עס איז, וועסטו קוים האָבן צײַט זיך מאַכן אַ שפּריץ און זאָגן די ברכות. כ׳ווייס נישט צי וועסט אַפֿילו קענען טרינקען אַ קאַווע,“ האָט זי געזאָגט.
„וואָס רעדסטו?“
„האָסטו מיר דאָך נישט געזאָגט, אַז אַן אַנדערער קאַוואַליר קומט הײַנט אױף מיטאָג?“
„וואָסער אַנדערער? טשעפּע זיך אָפּ פֿון מיר. זעסטו נישט, אַז איך קען די אויגן קוים עפֿענען?“
„צי דו ביסט אָנגעטאָן, צי דו ליגסט נאָך אין בעט, וועט ער דאָ זײַן אין אַ שעה אַרום. סענדער הייסט ער, אַיאָ?“
„סענדער, שמענדער. זאָג אים, אַז איך בין קראַנק.“
„טײַערע פֿרײַנדינע, איך קען אים גאָרנישט זאָגן. ער איז שוין אויפֿן וועג. און איך בין נישט דײַן סעקרעטאַרשע! אַרויס פֿון בעט די מינוט, ווײַל איך גיי אײַנקויפֿן. וועסט אים אַליין מוזן אַרײַנלאָזן. פֿאַרברענג גוט!“ און זי איז אַרויס פֿון צימער.
דאָס הייסט, זײַן אַ געטרײַע פֿרײַנדינע? האָב איך צו זיך אַליין געבורטשעט. כ׳בין אָבער אַרויס פֿון בעט. ווער קומט? סענדער? סענדער, ווער איז ער? מיט אַ מאָל האָב איך זיך דערמאָנט. דאָס מוז זײַן דער וואָס רופֿט זיך אויף דער אינטערנעץ „דער קינסטלער‟. ווען כ׳האָב געמאַכט די פּלענער צו פֿאָרן קיין פֿלאָרידע האָב איך אין צען מינוט, הוק־שטוק, גערעדט מיט דרײַ אָדער פֿיר אָדער אפֿשר גאָר פֿינף מענער און באַשטעטיקט דרײַ ראַנדקעס אין צוויי טעג. יאָ, יאָ. יעצט געדענק איך. ער האָט זיך זייער דערפֿרייט ווען איך האָב אים געקלונגען. ער האָט געזאָגט, אַז ער האָט שוין לאַנג געוואַרט אַרויסצוגיין מיט אַ פֿרומער פֿרוי. ווי קען דאָס זײַן? מ׳זאָגט, אַז אין פֿלאָרידע לויפֿן אַלמנות, געגטע און אַפֿילו קיין־מאָל־ניט־חתונה־געהאַטע פֿרויען אַרום ווי פֿאַרסמטע מוראַשקעס.
„יאָ, אמת, פֿרויען זײַנען דאָ גענוג, אַבער די שיינע זײַנען צו יונג, די אַנדערע זײַנען אָדער נישט שיין, נישט קלוג, נישט פֿרום, אַדער נישט געזונט — צי דאָס, צי עפּעס אַנדערש. אָבער דו, דו האָסט אַלע מעלות!“
„האָסטו דען אויך אַלע מעלות?“ האָב איך אים געפֿרעגט.
„איך? יאָ, אַוודאי. איך בין הויך, שלאַנק, שיין. ווען די פֿרויען וואָס וווינען אין מײַן בנין און זיצן טאָג און נאַכט אין פֿויערשטוב זעען מיך זאָגן זיי אַלע ׳אַזאַ מאַן וואָלט איך געוואָלט!׳ איך בין אַ פֿאָטאָגראַף און אַ שרײַבער.“
„אַזוי גאָר? וואָס האָסטו געשריבן?“
„איך האָב געשריבן אַ סצענאַר וואָס איז געוואָרן אַ פֿילם, און איך שרײַב יעצט איבער אַ ראָמאַן צו וועלכן אַ פֿאַרלאַג האָט שױן אַרויסגעוויזן גרויס אינטערעס. און לעצטן חודש איז געווען אַן אויסשטעלונג פֿון מײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס אין אַ גרויסער שיל דאָ אין מיאַמי.“
„מוזסטו זײַן רײַך!“ האָב איך אים, לאַכנדיק, געזאָגט.
„אַ מאָל האָב איך געהאַט מיליאָנען….“ האָט ער געענטפֿעדט.
אוי, אַ פּריץ מיט אַ לאָך אין דער קעשענע, האָב איך געטראַכט צו זיך, אָבער געפֿרעגט האָב איך: „און יעצט ווי שטייט עס בײַ דיר?“
„נו, מאָרגן אָדער איבערמאָרגן דאַרף מיר אַ מאַן געבן פֿינף טויזנט דאַלאַר פֿאַר מײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס. ער וויל פֿון זיי מאַכן אַ בוך!“
„און וואָס וועסטו טאָן מיט אַזוי פֿיל געלט?“ האָב איך אים קאַטאָוועסדיק געפֿרעגט.
„ערשט זיך אַרומצאָלן די חובֿות און….“
„שפּאָר כאָטש אָפּ אַנדערטהאַלבן דאַלאַר.“
„אויף וואָס?“
„זאָלסט מיר קענען קויפֿן אַ קאַווע ווען מיר טרעפֿן זיך.“
„מיינסטו דאָס אויף אַן אמת?“ האָט ער מיך געפֿרעגט. „וועסט טאַקע אַרויסגיין מיט מיר?“
„יאָ, פֿאַרוואָס נישט? דו מוזסט האָבן אַ סך אינטערעסאַנטע מעשׂיות צו דערציילן. מיר קענען זיך טרעפֿן אויף מיטאָג, דעם ערשטן מאָנטיק וואָס איך וועל זײַן אין פֿלאָרידע.“
„גוט. דערמאָן מיך דעמאָלט דיר צו דערציילן ווי אַזוי כ׳האָב פֿאַרלוירן עטלעכע מיליאָן דאָלער.“
יעצט האָב איך זיך שױן אַלץ דערמאָנט. אָט דאָס איז דער מאַן וואָס קומט מיך באַלד אַרויסנעמען. כ׳האָב שוין כּמעט אין גאַנצן געהאַט פֿאַרגעסן אין אים. דאָס קלינגען פֿון דער צעלקע האָט מיך צוריקגעברענגט צו דער איצטיקער צײַט.
„חנה־פֿײַגל? דאָס בין איך, סענדער. אין פֿינף מינוט בין איך בײַ דיר. איך קען זיך שוין נישט דערוואַרטן דיך צו זען פּנים־אל־פּנים. אַזוי פֿיל וואָכן שוין געוואַרט.“
נו, וואָס טוט מען ווען מ׳האָט נישט קיין ברירה? מע וואַשט זיך אָפּ דאָס פּנים, מע טוט אָן אַ שייטל און אַ ביסל שמינקע, מע רייטלט אָן די באַקן און מע גייט אַראָפּ וואַרטן אַז דאָס טירגלעקל זאָל קלינגען. ווי שלעכט קען דאָס זײַן? אין דער מאָמענט האָב איך געהערט דעם גלאָק. איך האָב געמיינט, אַז כ׳האָב שוין אַלץ געזען, אָבער איין קוק אויף דעם קאַוואַליר, בין איך געבליבן אָן לשון.
ער איז געווען הויך ווי אַ בוים און אויסגעדאַרט ווי אַ געזאַלצענער הערינג. אויסגעזען האָט ער ווי מע וואָלט אים ערשט געהאַט אַרויסגענומען פֿון ד׳רערד: גרוי און גרויליק. דאָס פּנים איז אים געווען סאַמע מאָרשטשקעס. איך האָב אויף אים געקוקט מיט אויסגעגלאָצטע אויגן, און ווען ער האָט זיך ברייט צעשמייכלט האָב איך דערזען לאַנגע, גרויע ציין.
„דו ביסט נאָך שענער ווי דײַן בילד,“ האָט ער געזאָגט, אָבער איך האָב אַפֿילו נישט געקענט אַרויסזאָגן אַ דאַנק. עפּעס אַ קלאַנג איז מיר יאָ אַרויס פֿון האַלדז, ענלעך צום בעטשען פֿון אַ קאָזע…
ווען איך האָב געזען וואָס ער טראָגט האָב איך זיך שיִער נישט צעלאַכט: צעריסענע דזשינס און צוויי צעריסענע לײַבלעך, איינס איבערן אַנדערן; ביידע אַלטע, גרויע, אויך מיט לעכער. דאָס אייבערשטע איז געווען צעשניטן בײַם האַלדז ווי מיט אַ שערל.
אַזוי טוט מען זיך אָן ווען מע טרעפֿט אַ פֿרוי צום ערשטן מאָל?
די איינציקע מעלה איז וואָס איך האָב באַלד דערפֿילט, אַז ער איז נישט ווי דער נעכטיקער רוצח. ער איז אַן איידעלער. ער גייט פּאַמעלעך און רעדט שטיל, אפֿשר נאָר ווײַל ער האָט נישט קיין כּוח. ווי עס זאָל נישט זײַן האָב איך נישט מורא געהאַט צו גיין מיט אים. כ׳וואָלט ליבער געשלאָפֿן, אָבער ער איז אַנדערטהאַלבן שעה געפֿאָרן מיך זען, מוז איך מיט אים כאָטש אַ ביסל צײַט פֿאַרברענגען, און איך בין שוין סײַ־ווי געווען אָנגעטאָן און גוט הונגעריק.
דער אויטאָ זײַנער איז נישט געווען צום ריינסטן, נישט אַזוי ברודיק ווי קויטיק. איידער איך האָב זיך אַוועקגעזעצט האָט ער אַוועקגעלייגט אויף מײַן געזעס אַ האַנטוך און צוגעגעבן: „צו פֿיל שטויב.“
„עס זעט אויס ווי דו וואָלטסט דורכגעפֿאָרן אַ מידבר און פֿאַרגעסן צו פֿאַרמאַכן דעם פֿענצטער,“ האָב איך געזאָגט.
„נישט פֿאַרגעסן, נאָר די לופֿטקילונג איז בײַ מיר צעבראָכן, האָב איך געמוזט לאָזן אָפֿן דעם פֿענצטער.‟
נאָך עטלעכע בלאָק האָב איך אים געפֿרעגט ווי מ׳קען דעם פֿענצטער אַ ביסל פֿאַרמאַכן ווײַל דער ווינט צעפֿלאָשעט מיר די האָר. האָט ער זיך פֿאַררייטלט און געזאָגט, אַז מע קען דעם פֿענצטער נישט פֿאַרמאַכן ווײַל דאָס קנעפּל איז אויך צעבראָכן. כ׳האָב געגעבן אַ קוועטש מיט די אַקסלען און געטראַכט, יאָ צעשויבערט, נישט צעשויבערט, וואָס אַרט מיך? איך בין הונגעריק.
מיר האָבן זיך אָפּגעשטעלט פֿאַר זייער אַ שיינעם כינעזישן רעסטאָראַן. זייער פֿײַן, האָב איך געטראַכט. דאָס וועט זײַן דאָס ערשטע מאָל וואָס איך וועל עסן כינעזיש עסן אויף איבערבײַסן. טיי איז נישקשה אויף אַ ניכטערן מאָגן.
ווען איך בין געזעסן אַנטקעגן אים האָב איך עפּעס מאָדנע געזען. „סענדער, וואָס זע איך? דיר פֿעלט אַ לינדז אין די ברילן? האָסטו נישט קיין אַנדער פּאָר ברילן?“
„יאָ,“ האָט ער געענטפֿערט, „אָבער בײַ די אַנדערע ברילן פֿעלט אַ האַלאָבליע און זיי זיצן קרום אויף דער נאָז, איז שווער צו זען.“
„דו ביסט געפֿאָרן אַהער אַנדערטהאַלבן שעה און האָסט נאָר געקענט זען דורך איין לינדז? רבונו־של־עולם, וועסט אַזוי מוזן פֿאָרן צוריק אויך?“ האָב איך געפֿרעגט, אַ באַזאָרגטע. „אוי אַ בראָך!“
און איך האָב געפֿילט ווי דער בויך הייבט זיך מיר אָן צו דרייען.
„זאָרג זיך נישט. איך קען זען. איך קען זען גוט גענוג.“
אין רעסטאָראַן האָט די קעלנערין געברענגט צוויי מעניוען צום טיש. איך האָב איינעם גענומען אין דער האַנט און דעם צווייטן אים געגעבן. ער האָט געטאָן אַ קוק, באַלד צוגעמאַכט דעם מעניו און מיר געהייסן באַשטעלן וואָס איך וויל. כ׳האָב גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז די ווערטער זענען געווען צו קליין פֿאַר אים צו לייענען.
כ׳האָב אויך פֿאַרשטאַנען, אַז ער האָט ליידיקע קעשענעס, האָב איך אים געזאָגט, אַז מיר הונגערט זיך נישט זייער און אפֿשר אַנשטאָט צוויי הויפּטגעריכטן זאָלן מיר נאָר באַשטעלן צוויי פֿאָרשפּײַזן. כ׳האָב זיך אַ ביסל אַרומגעקוקט צו זען וואָס מע ברענגט אַנדערע צום טיש און געזען אַז מיט די פֿאָרשפּײַזן גיט מען אַ גאַנצע קופּע רײַז. איז שוין געווען גוט. איך האָב באַשטעלט עפּעס מיט פֿלייש און עפּעס מיט געפּרעגלטע גרינסן. ווען דאָס עסן איז געקומען האָבן די אויגן בײַ אים געשײַנט ווי פֿאָנאַרן. און איך האָב זיך דערפֿרייט ווײַל כ׳האָב געזען אַז דער געוועזענער מיליאָנער מײַנער איז אויסגעהונגערט.
איך האָב געמאַכט אַן אָנשטעל אַז איך עס. מיטן גאָפּל האָב איך אַרומגעשטופּט אויפֿן טעלער איין שטיקל פֿלייש און עטלעכע קערנדלעך רײַז אָבער אין דער אמתן האָב איך גאָרניט געגעסן, נאָר געטרונקען אַ ביסל וואַסער. כ׳האָב געקוקט צו זען אויב ער באַמערקט מײַן פֿאָרטל, אָבער זײַנע אויגן האָבן געזען נאָר דאָס עסן פֿאַר זיך. „זייער געשמאַק,“ האָט ער געזאָגט און צוגעגעבן: „כינעזיש רײַז איז נאָך בעסער מיט סויע־סאָס.“ ער האָט גענומען דאָס פֿלעשעלע סויע־סאָס און דערטרונקען די רײַז אין אַ טונקל ברוינער קאַלוזשע. דאָס האָט ער געפּרוּווט עסן מיט די עס־שטעקעלעך און געלאַכט ווען עס איז אים נישט געלונגען, אָבער נאָך ערגער איז געווען ווען ער האָט געפּרוּווט עסן די רײַז מיט אַ גאָפּל. די סויע־סאָס האָט געקאַפּעט דורך די גאָפּל־ציינדלעך אויף זײַן לײַבל און זײַנע הויזן.
„אוי!” האָט ער געפּישטשעט ווען ער האָט דערזען וואָס האָט פּאַסירט. „נו, ס׳מאַכט נישט אויס. זיי זענען אַלטע הויזן,“ און זיך אָנגעשפּאַרט אויפֿן אָנלען פֿון בענקל. ער האָט גיך אײַנגעטונקען די סערוויעטקע אינעם גלאָז וואַסער, נישט נאָר דעם שפּיץ, נאָר אַ העלפֿט פֿון דער גרויסער סערוויעטקע, און באַצענט דעם טיש מיט וואַסער. נישט געקוקט אויף דעם האָט ער אָנגעהויבן שטאַרק ווישן די פֿלעקן סויע־סאָס אויף די הויזן און אויפֿן לײַבל און נאָך ערגער געמאַכט.
איך האָב זיך צוגעקוקט מיט גרויסע אויגן און געשוויגן. וואָס האָב איך דען געקענט זאָגן? כ׳האָב געפּרוּווט מיט אַלע כּוחות נישט לאַכן, כ׳האָב פֿעסט צוגעדריקט די ליפּן און אים געגעבן אויך מײַן סערוויעטקע. ווען כ׳האָב שוין יאָ געקענט רעדן אָן צו לאַכן, האָב איך אים פֿאַרזיכערט, אַז אַלץ וועט זיך אויסטריקענען און מע וועט גאָרנישט דערקענען.
„וועסט אויסזען ווי אַ מאַלער! מאַך זיך נישט וויסנדיק,“ האָב איך אים געפּרוּווט פֿאַררעדן און אים אונטערגעשטופּט מײַן טעלער עסן. ער האָט זיך טאַקע געמאַכט נישט וויסנדיק און זיך מיט אַן אימפּעט גענומען צו מײַן פּאָרציע אויך און אַפֿילו נישט געפֿרעגט פֿאַר וואָס איך עס נישט. ווען איין שטיקל רײַז איז אַראָפּגעפֿאַלן אויפֿן טישטוך האָט ער אַ לעק געגעבן אַ פֿינגער און מיטן נאַסן פֿינגער אויפֿגעהויבן דאָס שטיקל רײַז, עס געלייגט אין מויל אַרײַן און געזוכט איבערן טיש, צי עס זענען אפֿשר נישטאָ נאָך עטלעכע אַזעלכע פֿאַרקוקטע שטיקעלעך רײַז אָבער נישט געפֿונען.
מיט אַ מאָל האָט ער זיך אין עפּעס דערמאָנט און פֿון אַ קעשענע אַרויסגעצויגן אַ זשמעניע טאַבלעטן פֿון אַלערליי קאָלירן. ער האָט אויסגעשטרעקט די האַנט טאַבלעטן צו מיר און מיך געבעטן לייענען וואָס עס שטייט געשריבן אויפֿן ראָזעווען. ווען כ׳האָב דעם ראָזעווען טאַבלעט געוואָלט אָננעמען און אים פֿרעגן צי יענע פּיל מיינט ער, איז דער טאַבלעט מיר אַרויסגעפֿאַלן פֿון די פֿינגער.
דאָס מאָל האָבן מיר ביידע אין דער זעלביקער צײַט אויסגעשאָסן מיט אַן „אוי!‟ אָבער זײַן „אוי“ איז געווען פֿול מיט טרויער, און ער האָט געזאָגט: „דאָס איז געווען פֿאַרן האַרץ….“
כ׳האָב זיך געפֿילט שולדיק. „ווי האָב איך געקענט זײַן אַזאַ שלימזלניצע, אַזוי אומגעלומפּערט? איך וועל אים געפֿינען,“ האָב איך געזאָגט, טראַכטנדיק, אַז איך דאַרף גיין אונטערן טיש אויסזוכן דעם טאַבלעט, כאָטש דאָס וואָלט מיך געעקלט, אָבער אפֿשר איז דאָס פֿאָרט אַ לעבנסוויכטיקע זאַך? נאָך דאָס פֿעלט מיר, אַז ער זאָל דאָ פֿאַר מײַנע אויגן האָבן אַ האַרץ־אַטאַק. „ניין, ניין, מע דאַרף נישט,‟ האָט ער מיך באַרויִקט. „כ׳האָב נאָך אין דער היים.“
זעענדיק אַז ס׳איז נישטאָ מער וואָס צו עסן, האָב איך אים געוואָלט זאָגן אַז מיר זאָלן גיין, אָבער דאָ האָב איך זיך געפֿונען אין אַן אמתן קלעם. ער וועט מוזן פֿירן אַנדערטהאַלבן שעה טראָגנדיק ברילן מיט נאָר איין לינדז, און נאָכן נישט האָבן אײַנגענומען דעם האַרץ־טאַבלעט, ווער ווײסט וואָס ס׳קען נאָך געשען.
אין דעם מאָמענט איז די קעלנערין צוגעקומען, גיך באַקוקט סענדערן און דעם איבערקערעניש אויפֿן טיש, און מיך העפֿלעך געפֿרעגט צי אפֿשר וויל איך נאָך עפּעס, ווײַל זי האָט מסתּמא באַמערקט אַז ביידע טעלערס און גלעזער ליגן פֿאַר אים.
כ׳האָב געעפֿנט דאָס מויל צו ענטפֿערן, אָבער סענדער האָט גלײַך אויסגערופֿן: „אַ גרויסן דאַנק! אַלץ איז געווען זייער געשמאַק.“
„גוט, וועל איך ברענגען דעם חשבון.“
אין סענדערס אויגן האָב איך דערזען אַ פּאַניק.
„וואָס איז דער מער?“ האָב איך אים געפֿרעגט.
„גאָרנישט,“ האָט ער געענטפֿערט מיט אַ דינעם קול, אַרויסנעמענדיק דעם טײַסטער. זוכנדיק דורך זײַנע קרעדיט־קאַרטלעך האָט ער צו זיך געשעפּטעט: „וועלעכס קאַרטל? הממם…“ ווען די קעלנערין איז צוריקגעקומען האָט ער פֿאַרמאַכט די אויגן און אויסגעקליבן איינס פֿון די דרײַ און עס איר געגעבן, געשמייכלט אַ ביסל און געזאָגט: „האָפֿנטלעך וועט עס טויגן.“ איך האָב זיך פּשוט געשעמט, פֿאַר אים מער ווי פֿאַר זיך. נעבעך, אַ שלימזל מיט אַ גוט האַרץ…
„דאגה נישט, סענדער. איך האָב געלט. איך וועל באָצאָלן.“ אָבער ג־ט האָט געהאָלפֿן און מע האָט דאָס קאַרטל אָנגענומען. סענדער האָט טיף אָפּגעזיפֿצט, געזאָגט: „ברוך השם‟ און זיך אויפֿגעהויבן צו גיין. קיין טרינקגעלט האָט ער נישט איבערגעלאָזט, האָב איך אים געזאָגט ער זאָל גיין צום אויטאָ און איך קום באַלד. נאָך דעם ווי ער איז אַרויס האָב איך דער קעלנערין איבערגעלאָזט עטלעכע דאָלאַר.
כ׳האָב געטראָפֿן סענדערן שטייענדיק בײַם אויטאָ. „ס׳איז אַ שיינער טאָג און מע זאָגט אַז נאָכן עסן איז גוט אַרומצוגיין אַ ביסל,“ האָט ער געזאָגט. „זאָלן מיר שפּאַצירן? טעלעפֿאָניש האָסטו מיר געזאָגט אַז דיר געפֿעלט די נאַטור.“
„וווּ איז דען דאָ נאַטור?“
האָט ער געטײַטלט מיט אַ פֿינגער אויף אַ שמאָלן פּאַס גראָז אויף איין זײַט שאָסיי. דאָס הייסט בײַ אים נאַטור? דרײַ גרעזעלעך? איך דאַרף דען אײַנאָטעמען דעם אַרויסגאַז פֿון די אויטאָס? ס׳האָט זיך מיר אַזוי אויך געמישט אין קאָפּ פֿון נישט עסן און נישט טרינקען און זאָרגן זיך אַז דער סענדער וועט האָבן אַ האַרצאַטאַק אָדער ס׳וועט אים, חלילה, טרעפֿן אַ סיבה פֿאָרנדיק אַנדערטהאַלבן שעה צוריק קיין מיאַמי, זײַענדיק בלינד אויף איין אויג. שוין גענוג! „ניין, סענדער. די בעסטע זאַך איז מיך צו פֿירן צוריק צו דער פֿרײַנדינע.“
מיר זעצן זיך אַרײַן אין אויטאָ, ער צינדט אָן דעם מאָטאָר, קוקט גלײַך פֿאָרויס, האַלט די לינקע האַנט אויפֿן קערעווער און טאַפּט, טאַפּט בלינדערהייט מיט דער רעכטער האַנט. „וואָס טוסטו, סענדער? וואָס זוכסטו?“
„איך וויל האַלטן דײַן האַנט, חנהלע מײַנס.“
דאָס איז שוין געווען צו פֿיל. „איך הייס חנה־פֿײַגל,“ האָב איך אים בייז געזאָגט, „און איך בין נישט דײַנע, נישט קיינעמס נישט. דו האָסט געזוכט אַ פֿרומע. איך בין שומר־נגיעה און איך וויל זען ביידע דײַנע הענט אויפֿן קערעווער.“ מיט אַ מילדערן טאָן האָב איך צוגעגעבן: „זײַ אַזוי גוט, סענדער, פֿיר נישט גיך און גיב אַכטונג.“
ער איז נישט ברוגז געוואָרן און האָט געלאַסן געזאָגט: „גוט, וועל איך נישט פֿירן אויפֿן שאָסיי, נאָר אויף די גאַסן, דעם לאַנגן וועג צוריק און דיר דערציילן די מעשׂיות וואָס איך האָב אין רעסטאָראַן נישט געהאַט קיין צײַט צו דערציילן.“ און ער האָט אָנגעהויבן דערציילן וועגן זײַנע דרײַ ווײַבער און די דרײַ טעכטער, וואָס מיט יעדער פֿרוי האָט ער געהאַט איינע, און וווּ זיי געפֿינען זיך אַלע יעצט און וויפֿל ער באַדויערט וואָס ער קען זיי נישט שיקן קיין געלט.
די בעסטע מעשׂה איז אָבער געווען פֿאַרוואָס ער איז יעצט אַ קבצן אין זיבן פּאָלעס. דערציילט ער, אַז ער האָט געהאַט פֿאַרקויפֿט אַ סצענאַר אין האַליוווּד פֿאַר אַ פּאָלנער מיליאָן. איז ער אַוודאי געווען מלא־שׂימחה און נאָר געקלערט ווי ער קען די טעכטער העלפֿן. סוף־כּל־סוף וועט ער קענען באַצאָלן דעם שׂכר־לימוד פֿאַר קאָלעדזש און גראַדויִר־שול פֿאַר אַלע דרײַ און זיי ווײַזן וואָסער טאַטע זיי האָבן.
און ס׳איז נישט געווען קיין שפּאַס. מע האָט דאָס געלט גלײַך דעפּאָנירט אין זײַן באַנקקאָנטע, אָבער ווען זײַן בוכהאַלטער האָט אים געזאָגט וויפֿל שטײַערן ער וועט מוזן באַצאָלן דערויף און ווען ער האָט אויסגערעכנט וויפֿל ער וועט דאַרפֿן האָבן פֿאַר זײַנע אייגענע הוצאָות און וויפֿל עס קאָסט אַ יאָר זיך לערנען אין אַ גוטן אוניווערסיטעט, האָט ער זיך דערשראָקן. נאָך אַלעמען האָט ער אײַנגעזען, שוואַרץ אויף ווײַס, אַז אַ מיליאָן וועט נישט דעקן אַזוי פֿיל ווי ער האָט געמיינט, אַפֿילו נישט איין יאָר פֿאַר דריי מיידלעך. אַנשטאָט זיך צו פֿרייען איז ער אַרײַן אין אַ מרה־שחורה.
אָבער צום סוף האָט ער געפֿונען אַן אויסוועג: וואָס טוען אַלע מיליאָנערן? זיי אינוועסטירן אַ ביסל געלט, און פֿון אַ ביסל ווערט אַ סך. אָבער ווי אַזוי טוט מען דאָס? האָט דער אייבערשטער געהאָלפֿן און ער האָט זיך, איין אָוונט אין אַ באַר, נאָכן אָנטרינקען זיך אַ ביסל, דערציילט דעם שענקער די גאַנצע געשיכטע, האָט דער שענקער געזאָגט, אַז ער קען אים העלפֿן.
„ווען איך בין געקומען פֿון רוסלאַנד האָב איך גאָרנישט געהאַט, און זע נאָר וואָסער גבֿיר איך בין אין אַ קורצער צײַט געוואָרן.“ ער האָט אים געזאָגט, אַז יעדער איינער קען טאָן די זעלביקע זאַך אויב ער האָט נאָר אַ ביסל קוראַזש און שטאַרקע נערוון, ווײַל עס האָט צו טאָן מיט שמוגלען בריליאַנטן.
סענדער איז באַגײַסטערט געוואָרן און אים שטאַרק געבעטן ער זאָל אים העלפֿן. ער האָט קוראַזש און ער האָט אײַזערנע נערוון. ער האָט אַזוי לאַנג געבעטן אַז דער שענקער האָט מסכּים געווען און אים געשטעלט אין פֿאַרבינדונג מיט זײַן שוואָגער, וואָס איז אין רוסלאַנד געווען אַ שאַכטיאָר און איז דער וואָס האָט אים געהאָלפֿן. „אָבער עס מוז בלײַבן אַ סוד,‟ האָט דער שענקער אים געוואָרנט. ער האָט צוגעלייגט דעם ווײַזפֿינגער צו די ליפּן: „ששש! קיינער טאָר פֿון דעם נישט וויסן!‟
בקיצור, סענדער האָט געקויפֿט בילעטן קיין רוסלאַנד פֿאַר זיך און דעם שוואָגער, באַצאָלט פֿאָרויס פֿאַר שיינע האָטעלן און עסן. דאָס געלט איז געגאַנגען ווי וואַסער, און מיט דעם וואָס ס׳איז פֿאַרבליבן האָט ער געקויפֿט רויע בריליאַנטן. ווען ער האָט זיי דערזען האָט ער זיך צעלאַכט ווײַל בײַ אים האָבן זיי אויסגעזען ווי פּשוטע שטיינדלעך. דער מאַן האָט אים גערופֿן אַ נאַר.
האָבן זיי געלאָזט אַ נייטאָרין אַרײַננייען די בריליאַנטן אין די נעט און מאַנקעטן פֿון זייערע קליידער און זיך געגרייט אַהיימצופֿאָרן און ווערן גרויסע מאַגנאַטן. אויף דער גרענעץ האָבן אָבער גזלנים זיי געכאַפּט, זיי אויסגעטאָן די קליידער און זיי געוואָלט שיסן, אָבער דער רוס האָט געזאָגט אַז זיי קענען אַלץ האָבן, אַבי מע זאָל זײ לאָזן לעבן. און אַזוי איז געווען. דער רוס אין די גאַטקעס האָט אָנגעקלאַפּט אין אַ טיר, טעלעפֿאָנירט צום שוואָגער, דער שענקער, ער זאָל זיי איבערנאַכט שיקן געלט אַהיימצופֿאָרן, און סענדער איז צוריקגעקומען אַ בעל־חובֿ אין יענעמס קליידער.
די מעשׂה איז געווען אַזוי פֿאַרכאַפּנדיק, אַז איך האָב אַפֿילו נישט באַמערקט אַז מיר שטייען שוין בײַ מײַן פֿרײַנדינעס טיר.
„קענען מיר זיך נאָך אַ מאָל טרעפֿן?“ האָט ער מיך געפֿרעגט.
„ניין, ניין, באמת אַ שאָד. כ׳האָב מיטגעברענגט מיט זיך אַרבעט צו טאָן. אָבער זײַ אַזוי גוט און שיק מיר אַ טעקסט ווען דו קומסט אַהיים.“
כ׳האָב נישט געוואַרט ער זאָל ענטפֿערן, נאָר אַרויסגעשפּרונגען פֿון אויטאָ און אַרײַנגעלאָפֿן אין קיך עפּעס נעמען אין מויל אַרײַן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO