ווידעאָ: ווי די קינסטלעכע אינטעליגענץ באַשרײַבט אַ דיבוקVIDEO: How AI describes a dybbuk
די ייִדיש־פֿאָרשערין וואַלענטינאַ פֿעטשענקאָ האָט לעצטנס געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן ייִדיש און „איי אײַ“
די וואָך האָט מען אויף יו־טוב אַרויפֿגעשטעלט די ווידעאָ־רעקאָרדירונג פֿון אַ לעקציע וועגן ייִדיש און דער קינסטלעכער אינטעליגענץ („איי־אײַ“ בלע״ז), אָפּגעהאַלטן פֿון וואַלענטינאַ פֿעטשענקאָ, אַ פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און לינגוויסטיק בײַם סאָרבאָן אין פּאַריז.
דער רעפֿעראַט, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן דורך זום, איז געשטיצט געוואָרן פֿונעם צענטער פֿון ייִדיש־לימודים אויפֿן נאָמען פֿון רינה קאָסטער בײַם בר־אילן אוניווערסיטעט אין רמת־גן, ישׂראל.
כאָטש דער אַרײַנפֿיר צו דער לעקציע ווערט געמאַכט אויף העברעיִש, רעדט פֿעטשענקאָ דאָ אין גאַנצן אויף ייִדיש. זי באַשרײַבט עטלעכע טעקסטן וואָס זי האָט געשטעלט דעם „טשעט דזשי־פּי־טי“ ווי, למשל, די פֿראַגע: „וועלכע שפּראַך רעדן דיבוקים?“ דער ענטפֿער וואָס זי האָט באַקומען איז געווען אַ געראָטענער: „דיבוקים אין ייִדישן פֿאָלקלאָר און מיסטיק רעדן געוויינטלעך ייִדיש. זינט דיבוקים ווערן פֿאַרשטאַנען ווי נשמות פֿון נפֿטרים, און דער נפֿטר איז געווענטלעך געווען אַ ייִד וואָס האָט גערעדט ייִדיש בשעת ער איז געווען לעבעדיק, וועט דער דיבוק טיפּיש אויסדריקן זיך אין ייִדיש, די שפּראַך וואָס ער האָט גערעדט אין זײַן לעבן.“
ווען פֿעטשענקאָ האָט אָבער געבעטן „איי־אײַ“ צו „רעדן ווי אַ דיבוק“, איז דער ענטפֿער שוין נישט געווען אַזוי גלאַטיק און במילא שווערער צו פֿאַרשטיין.
דאָס איז מסתּמא דאָס ערשטע מאָל וואָס מע קען אויף יוטוב זען אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש וועגן דער קינסטלעכער אינטעליגענץ. פֿון דעסט וועגן וועט מען אין דער ייִדיש־וועלט זיכער נאָך אַ סך אַרומרעדן די מעגלעכקייטן פֿון אָט דער נײַער טעכנאָלאָגיע לגבי דער פֿאָרשונג און פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.
אָט קענט איר זען די גאַנצע לעקציע:
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO