דער קאָסאָווער רבי — אַ באַליבטער מנהיג און דיין — איז אַוועק צו 66 יאָרThe Kossover Rebbe — beloved leader and rabbinic judge — has died at 66
ר׳ שרגא פֿײַוויש האַגער איז געווען באַקאַנט פֿאַר זײַן גאונות אין הלכה און חסידות, ווי אויך פֿאַר זײַן טיפֿן עניות.
שבת אין דער פֿרי, דעם 29סטן יוני, איז דער קאָסאָווער רבי, ר׳ שרגא פֿײַוויש האַגער — אַ באַליבטער מנהיג און דיין — אַוועק פֿון דער וועלט צו 66 יאָר, נאָכן באַקעמפֿן ראַק כּמעט אַ יאָר לאַנג.
דער רבי איז געבוירן געוואָרן אין באָראָ־פּאַרק אין 1958, דער בכור פֿונעם קאָסאָוו־זאַלישטשיקער רבין, ר׳ אַבֿרהם יהושע העשל — אַן על־פּי־נס געראַטעוועטן פֿון חורבן וואָס איז ניפֿטר געוואָרן אין 1999. די משפּחה האָט געשטאַמט פֿון די וויזשניצער און קאָסאָווער חסידים. דורך דער מאַמען האָט ער געשטאַמט פֿונעם צאַנזער רבֿ.
געלערנט האָט ער זיך אין דער ישיבֿה חכמי לובלין, אין דער פּאָנעוועזשער ישיבֿה (וואָס איז אַ מאָל געווען אין פּאָנעוועזש, ליטע און זינט 1944 — אין בני־ברק, ישׂראל) און אין לייקוווּד. ער האָט חתונה געהאַט מיט שׂרה־רחל וואָסנער, טאָכטער פֿונעם רבֿ פֿון זכרון מאיר אין בני־ברק, ר׳ חיים מאיר וואָסנער.
נאָכן חתונה האָבן האָט ער געוווינט אין בני־ברק, אין שכנות מיטן גדול הדור ר׳ חיים קאַניעווסקי. וווינענדיק אין ארץ־ישׂראל איז ער אָפֿט בײַגעווען די טישן פֿונעם וויזשניצער רבין, ר׳ משה יהושע האַגער. ער איז געוואָרן אַ טיפֿער מומחה סײַ אין הלכה סײַ אין חסידות, און דערפֿאַר האָט ער געדינט ווי אַ דיין און אַ רבי. צום טייל צוליב דעם איז ער אויך געוואָרן אַ באַליבטער מנהיג בײַ פֿאַרשידענע חסידישע עדות.
דער רבי איז געווען ספּעציעל איבערגעגעבן דער שיטה פֿון הרבֿ שמעון בר יוחאי און האָט געפּראַוועט ל״ג בעומר מיט גרויס התלהבֿות. אָפֿט מאָל איז ער געפֿאָרן אויף קבֿר־אָבֿות צו הרבֿ שמעון אויפֿן באַרג מירון אין ארץ־ישׂראל.
נאָכן אַריבערציִען זיך קיין באָראָ־פּאַרק איז ער געוואָרן אַ טייל פֿונעם טאַרטאָקאָווער כּולל (אַ ישיבֿה פֿאַר חתונה־געהאַטע מענער) און געדינט ווי דער דיין פֿון וויזשניץ אין באָראָ־פּאַרק.
דעם רבינס ייִנגערער ברודער איז באַשטימט געוואָרן ווי דער זאַלישטשיקער רבי און אין איינעם האָבן די צוויי ברידער אין 1996 אַרויסגעגעבן אַ נײַע אויסגאַבע פֿון „לקט עני“ וואָס ס׳האָט אָנגעשריבן דער פֿריִערדיקער קאָסאָווער רבי, משה בן יעקבֿ שמשון האַגער. דער ספֿר איז אַ פּירוש אויף דער תּורה און די יום־טובֿים.
ר׳ שרגא פֿײַוויש האָט אויך אַרויסגעגעבן אַנדערע ספֿרים, אַרײַנגערעכנט „שבת מלכּא קדישא“ וועגן ענינים פֿון שבת, „עבֿדא דמלכּא“ — וועגן תּפֿילה, און „מעיינא דמלכּא“ וועגן חסידות. זײַנע שיעורים האָט מען ווײַט פֿאַרשפּרייט סײַ אין אַ געדרוקטן פֿאָרמאַט סײַ ווי אוידיאָ־רעקאָרדירונגען.
דער רבי איז געווען ספּעציעל באַקאַנט פֿאַר זײַן עניוות. ער האָט תּמיד געזאָגט אַז די מתפּללים זאָלן נישט וואַרטן אויף אים כּדי אָנצוהייבן דאַווענען. (די חסידישע טראַדיציע איז, אַז אַ מנין הייבט נישט אָן דאַווענען ביז דער רבי איז דאָ.) ער איז אויך געווען צוטריטלעך צו אַלעמען. ווער נאָר ס׳איז געקומען צו אים אויף דער גאַס, צו זײַן שטוב אָדער טעלעפֿאָניש, האָט ער קיינעם נישט אָפּגעזאָגט.
במשך פֿונעם חודש אָבֿ איז דער קאָסאָווער רבי אָפֿט געשטאַנען בײַם כּותל־מערבֿי, געלערנט און געדאַוונט ותיקין אַ גאַנצע נאַכט, בעטנדיק שטאַרק אַז דער משיח זאָל שוין קומען, ווי מע קען זען פֿון זײַן קוקן לאַנגע רגעס אויף דער וואַנט און אין הימל אין דעם ווײַטערדיקן ווידעאָ.
דער רבי האָט אָנגעפֿירט מיט פֿיר שטיבלעך: אין באָראָ־פּאַרק, וויליאַמסבורג, לייקוווּד און ירושלים. ער האָט זיך אָבער געפֿילט צום נעענסטן מיט דער היסטאָרישער קאָסאָווער שיל אין צפֿת, שיקנדיק אָפֿט אַהין פֿינאַנציעלע שטיצע כּדי זי אויפֿצוהאַלטן אין אַ גוטן מצבֿ.
מע האָט דעם רבין מקבר געווען אינעם וויזשניצער בית־החיים, לעבן דעם טאַטן, אין מאָנסי, ניו־יאָרק. לויט זײַן בקשה האָט מען אים נישט מספּיד געווען.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO