הרבֿ משה וואָלפֿסאָן, באַליבטער מנהל פֿון „ישיבֿת תּורה ודעת“, איז אַוועק Rabbi Moshe Wolfson, popular spiritual leader of Yeshiva Torah Vodaath, has died
הרבֿ משה וואָלפֿסאָן — דער גײַסטיקער פֿירער פֿון „ישיבֿת תּורה ודעת“ אין ברוקלין, וואָס האָט צוגעצויגן חסידים איבער דער וועלט דורך זײַנע שיעורים און ספֿרים — איז מוצאי־שבת געשטאָרבן אין עלטער פֿון 99 יאָר.
ער האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַ חסיד פֿון סקווער, סטאָלין און מאָדזשיץ.
דער רבֿ איז געווען אַקטיוו ביזן סוף. זײַן לעצטן דבֿר־תּורה האָט ער געהאַלטן אין „תּורה ודעת“ ל״ג־בעומר. דעם 22סטן יוני, שבת נאָך מיטאָג, איז ער אַראָפּגעפֿאַלן אין זײַן שטוב. מע האָט אים געפֿירט אין מאַונט סיני שפּיטאָל, אָבער ער איז במשך פֿון אַ קורצער צײַט ניפֿטר געוואָרן.
טויזנטער ייִדן זענען בײַגעווען אויף זײַן לוויה אין באָראָ־פּאַרק זונטיק צו פֿרי, איידער מע האָט געפֿירט זײַן אָרון קיין ארץ־ישׂראל און אים געבראַכט צו קבֿורה אינעם אַלטן בית־עולם אין טבֿריה, לעבן זײַן רביצין מלכּה דבֿורה, וואָס איז געשטאָרבן מיט דרײַ יאָר צוריק.
הרבֿ וואָלפֿסאָנס לעקציעס אויף ענגליש און ייִדיש און זײַנע ספֿרים זענען געווען שטאַרק פּאָפּולער סײַ בײַ תּלמידי־חכמים סײַ בײַם ברייטן עולם. אין זײַן ענגליש בוך „קוואַלן פֿון אמונה“ (Wellsprings of Faith) האָט ער אויפֿן סמך פֿונעם זוהר, מדרשים, מוסר און חסידישע שריפֿטן אַרומגערעדט פֿאַרשידענע קשיות וועגן אמונה און ווי מע קען פֿאַרטיפֿן דעם גלויבן אינעם אייבערשטן.
הרבֿ וואָלפֿסאָן איז געבוירן געוואָרן אין ניו־יאָרק אין 1927 און האָט זיך געלערנט אין ישיבֿת תּורה ודעת. אַ נאָענטער תּלמיד פֿון הרבֿ שרגא פֿײַוול מענדלאָוויץ און הרבֿ יעקבֿ קאַמענעצקי, האָט ער אין שפּעטערע יאָרן זיך אומגעקערט אין תּורה ודעת ווי איר משגיח רוחני (גײַסטיקער פֿירער), לייגנדיק דעם טראָפּ אויפֿן דאַווענען מיט כּוונה און דער שיינקייט פֿונעם קאַרלינער חסידות.
ער האָט אויך לאַנגע יאָרן געדינט ווי דער רבֿ פֿונעם זומער־לאַגער „קעמפּ תּורה ודעת“, אין קינגסטאָן, ניו־יאָרק, וווּ אַ גרופּע פֿון זײַנע געטרײַע תּלמידים האָבן שפּעטער געגרינדעט די שיל „אמונת ישׂראל“ אין באָראָ־פּאַרק, מיט הרבֿ וואָלפֿסאָן ווי דער רבֿ.
במשך פֿון די יאָרן האָט ער זיך אָפֿט געטראָפֿן מיט חסידישע רביים אין וויליאַמסבורג, וווּ ער האָט אָנגעקניפּט וואַרעמע באַציִונגען מיט זיי. לויט דער חב”ד־וועבזײַט איז הרבֿ וואָלפֿסאָן אויך געווען נאָענט מיטן ליובאַוויטשער רבין. ער האָט מנחם־אָבֿל געווען דעם רבין נאָך דער פּטירה פֿון זײַן פֿרוי חיה מושקע שנאירסאָן, און איז יעדעס יאָר אין די טעג פֿאַר יום־כּיפּור געפֿאָרן מיט זײַן פֿרוי אין 770 איסטערן פּאַרקוויי, כּדי צו באַקומען פֿונעם רבין אַ שטיקל לעקעך, אַ דאָלער און אַ ברכה פֿון אים.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor