אַ נײַ ווירטועל ייִדיש־רוסיש ווערטערבוך נייטיקט זיך אין פֿאָנדןFunding needed for a new, online Yiddish-Russian dictionary
די אַרבעט, צונויפֿגעשטעלט פֿון אַלכּסנדר סאָלדאַטאָוו, איז איינס פֿון די גרעסטע צוויי־שפּראַכיקע ייִדישע ווערטערביכער אויף דער וועלט.
עס גייט באַלד אַרויס אַ נײַע, פֿאַרגרעסערטע אויסגאַבע פֿונעם „גרויסן ייִדיש־רוסישן ווערטערבוך“, וואָס וועט זײַן אַ וויכטיקער רעסורס פֿאַר אַלע לייענערס פֿון דער ייִדישער שפּראַך. דער לעקסיקאָגראַף אַלכּסנדר סאָלדאַטאָוו אַרבעט שוין צוואַנציק יאָר אויף זײַן ווערק, וואָס איז געוואָרן איינער פֿון די אַרומענמיקסטע ווערטערביכער אויף דער וועלט. מיט אַרום 92,000 ווערטער־איינסן איז ער גרעסער ווי אַלע אַנדערע צוויי־שפּראַכיקע ייִדישע ווערטערביכער מיטן אויסנאַם פֿונעם ייִדיש־נידערלענדישן ווערטערבוך פֿון יוסטוס פֿאַן דע קאַמפּ.
כּדי אַרויסצוגעבן זײַן ווערטערבוך אויף אַ פּאַסיקער וועבזײַט, זוכט סאָלדאַטאָוו פֿינאַנציעלע הילף פֿון ייִדיש־פֿרײַנד איבער דער וועלט. צוליב די סאַנקציעס קעגן רוסלאַנד, האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז ס’איז זייער שווער אים צו שיקן געלט. איצטער האָט די פֿישמאַן־פֿונדאַציע באַוויליקט אַ סובווענץ פֿאַר סאָלדאַטאָווס פּראָיעקט און איז אויך גרייט אָנצונעמען בײַשטײַערס פֿון אַנדערע, וואָס זענען גרייט צו העלפֿן. ווער עס וויל העלפֿן זאָל שרײַבן אַ בריוול אויפֿן אַדרעס [email protected] און איך וועל געבן די נייטיקע אינפֿאָרמאַציע.
קענט איר אונדז דערצײלן אַ ביסל װעגן אײַערע קינדער־יאָרן? װאָס פֿאַר אַ סאָרט ייִדישקייט איז געװען בײַ אײַך אין דער הײם?
איך בין געבױרן געוואָרן אין 1980 אין אַסבעסט, לעבן די אוראַלער בערג אין רוסלאַנד. איצט װױן איך אין דער אוראַלער שטאָט קאַמענסק־אוראַלסקי. אין אונדזער משפּחה האָט מען נישט גערעדט קײן ייִדיש. מײַנע עלטערן זײַנען געװען פֿון דער מעדיצינישער אינטעליגענץ. אין די קינדער־יאָרן האָב איך זיך פֿאַראינטערעסירט אין װעקסילאָלאָגיע (די װיסנשאַפֿט פֿוּן די פֿאָנען) און העראַלדיק (די װיסנשאַפֿט פֿון הערבן).
װאָס האָט אײַך געפֿירט צו ייִדיש?
ייִדיש האָט מיך פֿאַראינטערעסירט שוין יונגערהײט. איין יאָר האָט מײַן משפּחה געמאַכט אַ וואַקאַציע אין יעװפּאַטאָריע. אין אײנעם אַ ביכערקראָם האָבן מיר געקױפֿט אַ ביכל מיט אַ מיניאַטור אויף אוקראַיִניש „ייִדישע שפּריכװערטער און װערטלעך“ פֿון דער סעריע „פֿאָלקס־חכמה“. דאָרטן זײַנען געװען 15 בילדעלעך מיט טעקטסן אויף ייִדיש און דערצו אַ גלאָסאַר. אָט די בילדעלעך האָבן מיך צוגעצױגן. דערנאָך האָב איך געפֿונען אַ ייִדישן אַלף־בית בײַם „סאָװעטישן ענציקלאָפּעדישן װערטערבוך“ און געפּרוּװט צום ערשטן מאָל צו לײענען ייִדיש.
אָבער איך האָב ערנצט אָנגעהױבן זיך צו לערנען ייִדיש סוף נײַנציקער יאָרן. די ייִדישע משפּחה־נעמען און לידער האָבן מיך צוגעצויגן. איך האָב זיך געלערנט עבֿרי אין אולפּן אין אונדזער שטאָט, אָרגאַניזירט פֿון אַן אָפּטײל פֿון דער סוכנותּ.
וואָס פֿאַר אַ קהילה האָט איר דאָרטן אין קאַמענסק־אוראַלסקי? צי זענט איר אין קאָנטאַקט מיט ייִדן אין אַנדערע לענדער?
אין אונדזער שטאָט זײַנען דאָ עטלעכע קהילות און ייִדישע אָרגאַניזאַציעס: די קהילה פֿון דער פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות פֿון רוסלאַנד; די אָרטיקע נאַציאָנאַל־קולטורעלע אױטאָנאָמיע, און „חסד“. פֿון יאָר 2012 ביז דער צײַט פֿון דער עפּידעמיע (2020) האָב איך אָנגעפֿירט מיט דער ייִדישער נאַציאָנאַל־קולטורער אױטאָנאָמיע פֿון אונדזער שטאָט. איך בין אַ באַקאַנטער בײַ די חובֿבֿי־ייִדיש, בײַ לינגװיסטן, שרײַבערס און מוזיקאַנטן. פֿריִער האָב איך געהאַט גוטע קאָנטאַקטן מיט די מאָסקװער ייִדישיסטן — ביז זײ זײַנען אַװעקגעפֿאָרן אין אַנדערע לענדער. איך האָב אַ גוטן קאָנטאַקט מיט מײַן קאָלעגע דמיטרי (מאָטל) טישטשענקאָ, דעם צונױפֿשטעלער פֿון אַ ייִדיש־רוסישן ווערטערבוך און אַ ייִדיש־אוקראַיִנישן. אין מײַן פֿרײַער צײַט שרײַב איך מעשׂיות פֿאַר קינדער און לידער אויף ייִדיש אונטערן פּסעװדאָנים איציק מאירס. אויך פֿיר איך אָן מיט ייִדישע גרופּעס פֿאַר רוסיש־רעדערס אין די סאָציאַלע נעצן.
קענט איר באַשרײַבן אײַער אופֿן אַרבעטן?
װי איך אַרבעט? איך שרײַב מײַן װערטערבוך אינעם פֿאָרמאַט „װאָרד“. איך אַרבעט פֿון פֿרימאָרגן ביז פֿיר אַ זייגערנאָך מיטאָג. אױב איך בין אין אַ גוטער שטימונג, שרײַב איך אויך אין אָװנט. אָבער צוליב פֿאַרשיידענע געזונט־פּראָבלעמען, שרײַב איך אַ מאָל נישט װאָכן לאַנג.
די ערשטע ייִדישע װערטער האָב איך אָנגעהױבן פֿאַרשרײַבן נאָך ווי אַ תּלמיד אין דער שול. אין די שילערהעפֿטן זײַנען געװען אַן ערך טויזנט װערטער. דערנאָך, אין יאָר 2003, האָב איך געשאַפֿן מײַן ערשט װערטערביכל. איך האָב עס געבױט אױפֿן יסוד פֿון צװײ װערטערביכלעך: דאָס „װערטערביכל צום לערנבוך פֿון ייִדיש פֿאַר רוסיש־רעדערס“ פֿון שמעון סאַנדלער, און דאָס „ייִדיש־רוסישע װערטערביכל“ פֿון גענאַדי עסטרײַך (אַ בײַלאַגע צו „סאָװעטיש הײמלאַנד“). דערנאָך האָב איך אױך געניצט אַנדערע װערטערביכער. אין יאָר 2004 האָב איך עס פּובליקירט אױף אַ װעבזײַט. אין 2011 איז אין מאָסקװע דערשינען מײַן „גרױס ייִדיש־רוסישער װערטערבוך“ — צוזאַמען מיט אַ ביכל, אַ פּלאַקאַט, און אַ קאָמפּאַקט־דיסק מיט לערן־אַפּליקאַציעס — אַ דאַנק סובװענצן פֿון דעם „אייראָפּעיִשן ראָט“ און פֿונעם אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד). אָבער ווײַטער האָב איך מער קיין געלט נישט באַקומען, צום באַדויערן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO