געקומען די צײַט אויף אַ ווערטערבוך פֿון ייִדישע דיאַלעקטןTime for a dictionary of Yiddish dialects
דער מחבר אַרבעט אויף אַ ווערטערבוך וואָס גיט דעם אַרויסרעד, עטימאָלאָגיע און אַנדערע פּרטים וועגן יעדן וואָרט.
צו הערן דעם אַרטיקל, וואָס דער מחבר לייזער בורקאָ לייענט אויפֿן פּויליש־ייִדישן דיאַלעקט, גיט אַ קוועטש דאָ:
די נײַעס לעצטנס וועגן דער דיגיטאַליזאַציע פֿון צוויי בענד פֿונעם „גרויסן ווערטערבוך“ מיט איבער 22,000 זײַטלעך האָט געמאַכט אַ רושם אויף אונדזער ייִדישער גאַס. אַ פּנים זענען די לייענערס להוט צו וויסן נאָך מער וועגן ייִדישע ווערטערביכער.
הײַנט זענען פֿאַראַן עטלעכע וויכטיקע ווערטערבוך־פּראָיעקטן, וואָס זענען היפּש גרעסער און אַרומנעמיקער ווי אונדזערע איצטיקע ייִדיש־ענגלישע ווערטערביכער. דאָס „ייִדיש־נידערלענדישע ווערטערבוך“ פֿון יוסטוס פֿאַן דע קאַמפּ האָט אין זיך כּמעט הונדערט טויזנט ווערטער־איינסן (ווערטער און פֿראַזעס). אַלכּסדנר (איציק) סאָלדאַטאָוו אַרבעט אויף אַ גרויסן ייִדיש־רוסישן ווערטערבוך, וואָס האַלט איצט בײַ אַ 92,000 ווערטער־איינסן. (ער האָט לעצטנס אָנגעהויבן אַ געלט־קאַמפּאַניע, כּדי צו שטיצן דעם פּראָיעקט.) אַן עלטערע ווערסיע פֿון סאָלאַדאָווס ווערטערבוך קען מען אַראָפּלאָדן דאָ.)
דמיטראָ (מאָטל) טישטשענקאָ אַרבעט אויך אויף אַ גרויסן ייִדיש־רוסישן ווערטערבוך , וואָס ציילט איצט איבער זעקס טויזנט זײַטן. מיט נידערלענדיש און רוסיש, הייסט עס, זענען ייִדן גוט פֿאַרזאָרגט. די חשובֿע לעקסיקאָגראַפֿן האָבן פֿאַרצייכנט צענדליקער טויזנטער ייִדישע ווערטער, וואָס מע וואָלט זיי געדאַרפֿט צוגעבן צו אונדזערע ייִדיש־ענגלישע ווערטערביכער.
אַוודאי איז דאָס פֿאַרצייכענען און דעפֿינירן די ווערטער פֿון דער ליטעראַטור־שפּראַך דאָס הויפּט־שליחות פֿון אַ ווערטערבוך. אָן דעם קען מען נישט לייענען קיין ליטעראַטור אָדער היסטאָרישע דאָקומענטן (כאָטש די שפּראַך פֿון אמתע ביכער און דאָקומענטן איז אָפֿט היפּש אַנדערש פֿונעם סטאַנדאַרד וואָס שייך אויסלייג און גראַמאַטיק). אַפֿילו פֿאָרשערס, וואָס רעדן און שרײַבן נישט קיין ייִדיש, דאַרפֿן האָבן אַ גלאָסאַר מיט ווערטער און דעפֿיניציעס.
אָבער עס איז דאָ אַ סך מער צו וויסן וועגן ווערטער ווי דער פּשוטער טײַטש. בדרך־כּלל, אַז מע זוכט אַ וואָרט אין אַ לײַטישן ווערטערבוך פֿון אַן אַנדער שפּראַך, געפֿינט מען אויך דעם אַרויסרעד — ווי אַזוי מע רעדט אַרויס דאָס וואָרט, אָפֿט מיט אַ קורצער רעקאָרדירונג. עס שטייט די עטימאָלאָגיע פֿון וואָרט. צי קומט עס פֿון טערקיש, צי פֿון כינעזיש? געוויינטלעך שטייט אויך וווּ מע ניצט דאָס וואָרט, צי דאָס געהערט צו אַ געוויסן דיאַלעקט אָדער זשאַרגאָן פֿון אַ געוויסער גרופּע (גנבֿים, קלעזמאָרים אאַז״וו). דאָס איז אַלץ וויכטיקע אינפֿאָרמאַציע, וואָס מיר האָבן נאָך נישט פֿאַר ייִדיש.
כּדי אויסצופֿילן די דאָזיקע בלויזן, האָב איך מיט זעקס יאָר צוריק אָנגעהויבן אַרבעטן אויף אַ ייִדישן דיאַלעקטן־ווערטערבוך. די דערווײַליקע ווערסיע איז צוטריטלעך דאָ. מײַן ציל איז צו פֿאַרצייכענען דעם אַרויסרעד פֿון די ווערטער, אויפֿקלערן זייער עטימאָלאָגיע, און דאָקומענטירן די ייִדישע דיאַלעקטן — סײַ די אַלטע דיאַלעקטן, וואָס ייִדן האָבן גערעדט אין אייראָפּע, סײַ די נײַע דיאַלעקטן, וואָס עס רעדן הײַנט, דער עיקר, די חסידים, אָבער אויך אַ פּאָר אַנדערע גרופּעס איבער דער וועלט.
אַז מע הערט דאָס וואָרט „דיאַלעקט“, קען מען מיינען, אַז דאָס איז עפּעס אַ זײַטיקע זאַך. אָבער אויף ייִדיש האָבן אַ ל ע גערעדט אַ דיאַלעקט: שלום־עליכם, פּרץ, באַשעוויס, סוצקעווער. די גערעדטע שפּראַך איז אומעטום און אַלע מאָל געווען אַ דיאַלעקט, סײַדן מע האָט זיך אָנגעשטרענגט צו רעדן ליטעראַריש, למשל, פֿאַר אַן עולם. אין ביכער און אין צײַטונגען האָבן אַ סך שרײַבערס און רעדאַקטאָרן זיך באַמיט צו שרײַבן מער איינהייטלעך, און דערפֿאַר איז די ליטעראַטור־שפּראַך מער סטאַנדאַרדיזירט. אָבער אַזוי האָט קיינער נישט גערעדט פֿון דער היים, און אַפֿילו הײַנט קען מען ציילן אויף די פֿינגער די מענטשן וואָס רעדן נאַטירלעך די כּלל־שפּראַך.
הײַנט רעדן ייִדן ווײַטער זייערע דיאַלעקטן: די סאַטמערער חסידים אין וויליאַמסבורג רעדן זייער סאָרט פּויליש־אונגערישן דיאַלעקט; די ליובאַוויטשער אין קראָון־הײַטס רעדן זייער סאָרט ליטווישן דיאַלעקט; די בעלזער חסידים אין ירושלים רעדן זייער סאָרט פּויליש־ישׂראדליקן דיאַלעקט. למשל, ווען אַסאַטמערער זאָגט „גוט־שבת“, זאָגט ער /gɩt/ מיט אַזאַ מין קורצן i־קלאַנג; דער ליובאַוויטשער זאָגט /gut/, אַזוי ווי די הײַנטיקע ייִדיש־סטודענטן; און דער בעלזער זאָגט /git/ מיט אַ קלאָרן i־קלאַנג, אפֿשר אַ ביסל לענגער ווי בײַם סאַטמערער. אין דער אַלטער היים האָט מען אַזוי גערעדט אין צפֿון־ און מיזרח־אוקראַיִנע, אָבער אין ישׂראל האָט עס מסתּמא מער צו טאָן מיט דער השפּעה פֿון עבֿריתּ.
(אַ סך לייענערס האָבן מסתּמא מורא פֿאַר די סימנים וואָס מע ניצט צו טראַנסקריבירן די קלאַנגען, אַזוי ווי ɩ אָדער ə אָדער ŋ. איך האָף צו דערקלערן די סימנים אין אַ צוקונפֿטדיקן אַרטיקל.)
דער סאַטמערער האָט נאָך לאַנגע און קורצע וואָקאַלן: די זון /zɩn/ גייט אויף אין הימל און דער זון /ziˑn/ לערנט אין חדר. בײַם ליובאַוויטשער זענען ביידע גלײַך /zun/, בעת דער בעלזער זאָגט פֿאַר ביידע אויך גלײַך /zin/. אַזעלכע ניואַנסן קען מען נישט זען אין דער געשריבענער שפּראַך, ווײַל אַלע שרײַבן געוויינטלעך „זון“ מיט אַ וואָוו.
די דאָזיקע וואַריאַציע איז דאָ מיט אָן אַ שיעור ווערטער. אָבער וווּ זוכט מען אַזאַ סאָרט אינפֿאָרמאַציע? אַ מאָל האָבן לערערס און פֿאָרשערס געוווּסט אַזעלכע זאַכן, ווײַל זיי האָבן געהערט אַ סך פֿאַרשיידענע דיאַלעקטן בײַם עלטערן דור. הײַנט הערט מען שוין נישט און מע קען דאָס נישט לערנען פֿאַר אנדערע, ווײַל מע ווייסט אַליין נישט. הײַנט דאַרף מען אַ ווערטערבוך, וווּ מע קען זיך דערוויסן די פֿאַקטן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO