Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

קען אַ קאַוואַליר זײַן צו גוט?Can a suitor be too perfect?

ער איז געווען שיין, גוטהאַרציק און געהאַט אַ הויז אַ פּאַלאַץ. פֿאַר וואָס זשע האָב איך זיך געקווענקלט?

די דערציילונג איז טייל פֿון אַ זאַמלונג עסייען פֿון דער פּרעכטיקער פֿאָרווערטס־שרײַבערין חנה־פֿײַגל טערטלטויב ז״ל, וואָס מיר האָבן אָנגעהויבן איבערדרוקן אין איר אָנדענק זינט איר דריטן יאָרצײַט אין 2023. כּדי צו לייענען אירע אַנדערע עסייען, גיט אַ קוועטש דאָ.

אין איינעם אַ שיינעם זונטיק האָבן צוויי שדכנטעס מיר געקלונגען וועגן דעם זעלבן מאַן: אַ געשעפֿטסמאַן אין ניו־דזשערזי. די ערשטע, פֿרוי מילער, האָט געזאָגט, אַז זי האָט מיך געפֿונען אויף דער אינטערנעץ, און ווען איינע פֿון אירע שבת־געסט האָט זי געפֿרעגט, צי זי קען אַ שיינע פֿרוי מיט אַ דאָקטאָר־טיטל האָט זי זיך דערמאָנט אין מיר, און זיך געוווּנדערט וועגן דעם ווײַל, האָט זי געזאָגט, „זעלטן ווען וויל אַ מאַן אַ געבילדעטע פֿרוי. אַנדערע זאַכן יאָ, פֿאַרשטייט זיך. אַ מאַן איז פֿאָרט אַ מאַן…“

ווען איך האָב געוואָלט וויסן מער פּרטים — למשל, ווי אַלט איז ער, מיט וואָס פֿאַרנעמט ער זיך, איז ער געזונט — האָט זי מיר געזאָגט, אַז זי קען נישט ענטפֿערן אויף אַלע מײַנע פֿראַגעס ווײַל זי קען אים נישט פּערזענלעך. זי מיינט, אַז ער איז געזונט, און ווייסן ווייסט זי נאָר, אַז ער איז אַן אַלמן און ער זוכט אַ פֿרוי מיט אַ דאָקטאָראַט ווײַל זײַן פֿרוי, זאָל זי האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן, איז געווען זייער אַ קלוגע און האָט אויך געהאַט אַ דאָקטאָר טיטל. זי קלינגט מיר איצט נאָר אויסצוגעפֿינען אויב איך האָב נאָך נישט, חלילה, שוין חתונה געהאַט.

„וואָס מיינט איר — חלילה?“ האָב איך זי געפֿרעגט.

„איך מיין, חלילה, גאָרנישט שלעכטס“, האָט זי געענטפֿערט. „דעם ריינעם אמת איז, אַז ער איז אַזאַ שטיק גאָלד, אַ זײַדענער מענטש, אַן אוצר, אַז איך וואָלט געוואָלט זײַן די שדכנטע“.

„ניין, צום באַדויערן, איז מיר נאָך נישט עפּעס רעכטס אונטערגעקומען,“ האָב איך איר געזאָגט, און איך האָב געהערט ווי זי שעפּטשעט צו זיך אַליין: „אַ דאַנק דעם אייבערשטן!“ און צו מיר האָט זי געזאָגט: „הייסט עס, אַז איך קען אים געבן אייער טעלעפֿאָן?“

„ניין. נישט אַזוי גיך,“ האָב איך געענטפֿעט. „אויב איר קענט נישט דעם מאַן פּערזענלעך, ווי ווייסט איר אַז ער איז אַזאַ פֿײַנער?“

„מײַן גאַסטס טאָכטער קען זײַן פּלעמעניצעס פֿרײַנדס מאַמע זייער גוט און זי האַלט זייער פֿון אים!“

רבונו־של־עולם! ס’איז אַ באָבעס טשוואָק, האָב איך געטראַכט. אָבער געזאָגט האָב איך: „טוט מיר אַ טובֿה, פֿרוי מילער, און פֿרעגט זיך נאָך בײַ וועמען עס זאָל נישט זײַן צי ער איז געזונט, ווי אַלט ער איז, צי ער איז אַ וועגעטאַריער…“ און אַנדערע זאַכן.

„וואָס אַרט עס דיר?“ הייבט זי אָן צו רעדן אויפֿגעהייטערט, און פּלאַפּלט גיך מיט אַ סקריפּעדיק קול: „וואָס אַרט עס דיר אויב ער וויל עסן נאָר מערן? מאַך אים יעדן אָװנט אַ צימעס. אויב אים שמעקט בוריקעס קאָך אים אָפּ אַ באָרשט. וויל ער גרינע פֿאַסאָליעס — “

זי וואָלט נאָך װײַטער גערעדט וועגן וואָסערע מאכלים איך קען דעם אומבאַקאַנטן אוצר קעכלען, אָבער איך האָב איר איבערגעהאַקט די רייד. „אוי, אוי, דער טשײַניק פײַפֿט מיר, איך מוז גיין… “, און איך האָב געגעבן אַ קוועטש דאָס אָפּבינד־קנעפּל.

מסתּמא דאַרף איך זײַן דאַנקבאַר וואָס מ׳האָט מיך אין זינען, האָב איך זיך געטרייסט. כ׳האָב זיך געפּרוּװט דערמונטערן, נישט געוואָלט זיך אַרײַנלאָזן אין אַ דעפּרעסיע. ווען די ריכטיקע צײַט קומט, וועט דער ריכטיקער מאַן אויך קומען, האָב איך זיך געטרייסט.? הלוואַי וואָלט איך דאָס געגלייבט מיט אַ טיפֿערער אמונה.

מיט דרײַ שעה שפּעטער קלינגט צו מיר אַן אַנדער פֿרוי און דערציילט מיר וועגן דעם זעלביקן מאַן! דאָס איז דעם אוצרס קוזינע און זי ווייסט אַ סך מער וועגן אים ווי פֿרוי מילער. די וועלט האָט אַ ווערטל: אויב צוויי זאָגן שיכּור, גיי לייג זיך שלאָפֿן. דאָס מיינט אַוודאי, אַז צוויי מענטשן קלינגען דעם זעלביקן טאָג וועגן דעם זעלביקן מאַן מוז איך אים שוין ערנסט נעמען אין באַטראַכט. און דאָס מאָל — װאָס מער איך האָב געהערט וועגן דעם מאַן, אַלץ מער איז ער מיר געפֿעלן. ער רעדט פֿיר שפּראַכן און צווישן זיי — ייִדיש. ווען זײַנע אייניקלעך האָבן אורלויב נעמט ער זיי קיין שווײץ אויף וואַקאַציע זיך נאַרטלען. ער האָט אַ חוש פֿון הומאָר און ער איז ברייטהאַרציק.

נו, האָב איך געענטפֿערט דעם מאַנס קוזינע, אַז ער מעג מיר אָנקלינגען. אָבער איידער מיר האָבן געענדיקט רעדן האָב איך דעם צוקונפֿטיקן קאַוואַליערס קוזינע געזאָגט, אַז אַ פֿרוי מילער האָט מיר, צופֿעליק, שוין געהאַט דערציילט נאָך מיט עטלעכע שעה פֿריִער וועגן איר פֿעטער.

„ווער איז די יענטע? איך קען זי נישט! איך וויל אים משדך זײַן! איר האָט איר נישט דערלויבט געבן דעם טעלעפֿאָן?“

סוף־כּל־סוף האָב איך איר געזאָגט, אַז אויב איך וועל מיט דעם פֿעטער חתונה האָבן וועל איך זיי ביידע געבן שדכנות־געלט. האָט זי שוין געשוויגן.

נאָך איידער איך האָב געקענט אָפּכאַפּן דעם אָטעם, האָט דער מאַן אַלײן, דוד הייסט ער, מיר אָנגעקלונגען. ער האָט געהאַט אַ שיין קול. ער האָט איידל און העפֿלעך גערעדט. וואָס ער האָט געזאָגט וועגן דער עקאָנאָמיע און דעם איצטיקן פּאָליטישן מצבֿ איז געווען אינטערעסאַנט, און איך האָב זיך געכאַפּט, אַז די גאַנצע צײַט וואָס מיר האָבן גערעדט האָב איך געהאַט אַ שמייכל אויפֿן פּנים. שפּעטער האָב איך נישט געקענט געפֿינען אין אים קיין איין חסרון.

מיר האָבן טעלעפֿאָניש גערעדט נאָך צוויי מאָל.

אַלץ איז געגאַנגען ווי געשמירט. ווען ער האָט מיך געפֿרעגט ווען איך פֿאָר זען מײַנע קינדער אין ניו־יאָרק האָב איך באַלד געענטפֿערט: „אין צען טעג אַרום,“ כאָטש איך האָב באמת נישט פֿריִער געהאַט קיין פּלענער.

„זאָג מיר נאָר וווּ און ווען, וועל איך דיך אָפּוואַרטן אין פֿליפֿעלד.“

„אַ שיינעם דאַנק. איך וועל דיר צוריקקלינגען ווען איך האָב מײַן פֿאָרפּלאַן בײַ זיך.“ כ׳האָבֿ תּיכּף געמאַכט אַ רעזערוואַציע.

פּלוצלינג בין איך געוואָרן בלאַס ווי קאַלך. וואָס וועל איך טראָגן אויף דער ראַנטקע? כ׳האָב אַ גאַנץ שענקל מיט קליידער אָבער נישט קיין איין זאַך וואָס איז פּאַסיק. כ׳האָב עטלעכע מאָל אָפּגעאָטעמט טיפֿע „יאָגע“ אָטעמס — אַרײַנגעאָטעמט דורך דער נאָז, אַרויס דורכן מויל, ביז כ׳האָב היפּאָווענטילירט און ס׳האָט זיך מיר פֿאַרדרייט דער קאָפּ. צען טעג, כ׳האָב צען טעג, האָב איך זיך געטרייסט. וואָס זאָרג איך זיך?

וואָס זאָרג איך זיך? איך ווייס נישט וואָס די לעצטע מאָדע איז אין ניו־דזשערזי. מסתּמט די זעלבע ווי אין ניו־יאָרק, און ניו־יאָרק איז די הויפּטשטאָט פֿון דער לעצטער מאָדע. וואָס ווייס איך פֿון פֿאַסאָן? איך גיי נאָך אָנגעטאָן אין דעם וואָס איך האָב געטראָגן אין קאַלעדזש. איך האָב זיך אײַנגערעדט, אַז איך וועל אים נישט געפֿעלן און שוין! איך מוז אים צוריקקלינגען און זאָגן… זאָגן וואָס? אפֿשר אַז מײַנע אייניקלעך זײַנען קראַנק? ניין, וואָסער נאַרישקייט. אויב זיי זײַנען יעצט קראַנק וועלן זיי אין צען טעג אַוודאי זײַן געזונט. און, פּו, פּו, פּו, אָפּגעהיט זאָלן זיי ווערן. פֿאַר וואָס רעד איך אַזוי? כ׳האָב זיי, חלילה, נישט קיין עין־הרע געגעבן.

ניין, כ׳מוז פֿאָרן! כ׳מוז זיך מיט דעם אוצר באַקענען. כ׳בין אַרײַנגעגאַנגען אין מײַן גרויסער קליידער־שאַפֿע און אָנגעהויבן זוכן פּאַסיקע קאָסטיומען. נישט דאָס טויג, און נישט יענץ: די זשופּקע איז צו לאַנג, די אַנדערע צו קורץ. די בלוזקע איז אַ שיינע אָבער צו רויט. מע דאַרף זײַן זייער פֿאָרזיכטיק ווען מע טראָגט רויט. צו רײַסיק! און צוריק גערעדט, רויט היט קעגן אַן עין־הרע. נאָך אַ האַלבע שעה פֿון לויטער פּאַניק האָב איך זיך אַרומגעקוקט און געזען קופּעס קליידער אויף דער פּאָדלאָגע און כּמעט גאָרנישט אויף דער קאַנאַפּע, וווּ כ׳האָב געוואָלט לייגן די זאַכן וואָס איך וועל מיטנעמען מיט זיך. בלויז איין זאַך איז מיר דערווײַל געפֿעלן: איין שוואַרצן סוועטער, נעבעך.

איך האָב שוין נישט געהאַט קיין כּוח. כ׳האָב זיך געפֿילט ווי אַן אויסגעדרונגענע שמאַטע. ביז ס׳איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז איך זאָל קלינגען יהודיתן. כ׳האָב זיך באַקענט מיט יהודיתן מיט אַ יאָר צוריק. איר פֿאַך איז שטריקן און העקלען, אָבער נאָר לעצטנס האָב איך אויסגעפֿונען, אַז זי איז, ווי מע זאָגט אויף ענגליש, אַ „פֿאַשאָניסטע“. די מאַמע אירע האָט איר געהאַט געזאָגט קינדווײַז, אַז אַזוי ווי זי איז נישט קיין שיינע מוז זי זיך אָנטאָן שײן צו כאַפּן אַ מאַנס אויג. און די מאַמע האָט איר טאַקע צוויי מאָל אין חודש גענומען אײַנקויפֿן אין פֿײַנע געוועלבן. זי האָט איר נישט קיין סך געקויפֿט, אָבער זי האָט געמוזט אַ סך פֿאַרשידענע קליידער אָנמעסטן און זיי האָבן גערעדט וועגן וועלכע בגדים פּאַסן זיך, און ווי אַזוי געוויסע קליידער קאָנען פּאַסן איר „ייִנגליש“ קערפּער. אַזוי איז זי געוואָרן אַ מבֿינטע אויף קליידונג. ג־ט צו דאַנקען דערפֿאַר! האָב איך איר אָנגעקלונגען און זי איז געווען זייער צופֿרידן פֿון מיר צו הערן.

זי איז גלײַך צוגעפֿאָרן און געווען שאָקירט צו זען ווי אַלץ ליגט אין קופּעס אויף דער פּאָדלאָגע אין מײַן שלאָפֿצימער. „חנה־פֿײַגל! דאַרפֿסט זיך שעמען! ווייסטו נישט, אַז אַפֿילו אויף קליידער דאַרף מען דרך־ארץ האָבן!“ און מיט די פֿויסטן אויף די היפֿטן האָט זי זיך עטלעכע מינוט אַרומגעקוקט. דערנאָך האָט זי פּאַמעלעך אויפֿגעהויבן אַ זשופּקע פֿון איין קופּע און זי צוגעלייגט צו אַ בלוזקע פֿון אַן אַנדער קופּע. „נישקשה,“ האָט זי געזאָגט, ביידע זאַכן שיין צונויפֿגעלייגט אויף דער קאַנאַפּע.

„יאָ,“ האָב איך מסכּים געווען. „פֿאַרוואָס האָב איך דאָס אַליין נישט געזען?“ נאָך אַ שעה וווּ זי האָט געקליבן און איך האָב אָדער צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ אָדער אָנגעמאָסטן, האָב איך געהאַט מײַן גאַרדעראָב פֿאַר דער ראַנטקע מיטן אוצר!

געפֿאָרן בין איך טראָגנדיק שיך אָן אָפּצאַסן, אָבער כ׳האָב מיט זיך מיטגענומען שיינע, עלעגאַנטע שיך. נאָך דעם וואָס מיר האָבן געלאַנדעט בין איך גלײַך אַרײַן אין אַ וואַשצימער, זיך איבערגעטאָן די שיך, אויסגעקעמט די האָר, אָפּגעפֿרישט די שמינקע, זיך געקניפּט די באַקן. דאָס האַרץ האָט בײַ מיר געקלאַפּט ווי אַ האַמער, האָב איך זיך געשטײַפֿט דעם רוקן, געהאַלטן דעם קאָפּ הויך, שטאָלץ און — געגאַנגען!

ווען איך האָב אים דערזען האָב איך נישט געקענט גלייבן די אויגן. דער מאַן וואָס האַלט אַ שילד מיט מײַן נאָמען זעט אויס ווי אַן אַקטיאָר אין אַן אַרמאַני מאַנטל און טײַערע לעדערנע שיך. זײַן שמייכל, מיט די בלישטשענדיקע ווײַסע ציין, האָט מיך שיִער נישט פֿאַרכּישופֿט.

„אויף וואָסער קאַרוסעלע איז דײַן וואַליסקע?“ האָט ער מיך געפֿרעגט, און נאָך איידער איך האָב געקענט געבן אַ טראַכט האָט ער אַליין צוגעגעבן, „יאָ, איך האָב זיך פֿריִער נאָכגעפֿרעגט: נומער דרײַ. מיר וועלן ביידע צוגיין אַהין און דו וועסט זי מיר ווײַזן“.

כ׳האָב זיך פֿאַררייטלט. רבונו־של־עולם, יעצט מוז איך זיך שעמען מיט מײַן וואַליסקע וואָס איז נישט קיין „גוטשי‟ אָדער „קאָוטש‟. מיר האָבן גערעדט אַ ביסל וועגן דעם פֿלי ביז איך האָב געטייטלט מיט אַ פֿינגער אויף מײַן לילע וואַליסקע. ער האַט גאָרנישט געזאָגט, נאָר ווידער געשמייכלט און אויפֿגעהויבן די וואַליסקע ווי זי וואָלט געווען אַ שפּילצײַג.

„מײַן אויטאַ איז נישט ווײַט,“ האָט ער געזאָגט. איך בין אים נאָכגעגאַנגען ווי אַ לעמעלע נישט מער ווי עטלעכע טריט פֿון דער טיר פֿונעם לופֿטוואָקזאַל צו אַ מערצעדעס. איך בין נאָך קיין מאָל נישט געפֿאָרן אין אַזאַ טײַערן אויטאָ. אינעווייניק האָט לײַכט געשמעקט פֿון זײַן קעלניש און אַלץ איז געווען פֿון געפּוצט טונקל האָלץ און גאָלד. כ׳האָב זיך אַוועקגעזעצט אויף אַ ברייט געזעס פֿון ווייכן לעדער און דערפֿילט ווי כ׳וואָלט דאָרטן געקענט זיצן אַ גאַנצע נאַכט: אַזוי באַקוועם, אַזוי גערעם.

ער האָט מיך געפֿרעגט וועגן מײַן אַרבעט אין אוניווערסיטעט, מײַנע סטודענטן און איך האָב אים געפֿרעגט וועגן זײַן אויפֿוואַקסן אין אַרעגנטינע און מיר האַבן זייער גיך געשלאָסן אַ חבֿרשאַפֿט.

ווען ס׳איז אויף אַ מינוט שטיל געוואָרן האָט ער זיך אַנטשולדיקט וואָס דער קאָמפּאַקטל־שפּילער איז צעבראָכן. ער האָט מיר געוויזן אַ קאָמפּאַקטל פֿון אַנדעאַ באַטשעלי און געזאָגט, אַז ער האָט אים אָנגעגרייט צו שפּילן פֿאַר מיר ווײַל ר׳איז זייער ראָמאַנטיש. המם, ראָמאַנטיש טראַכט איך זיך. איך האָב מיט אים גערעדט נישט מער ווי דרײַ מאָל און ער וויל מיר שפּילן אַנדעאַ באַטשעליס זינגען פֿון וועלכעס אַ שטיין קען זיך צעגיין. דערנאָך האָב איך געטראַכט: נישט דאָס האָסטו געוואָלט? איז דאָס נישט געווען דײַן חלום אין די פֿינצטערע, עלנטע נעכט?

פּלוצלינג האָט ער מיר איבערגעריסן די געדאַנקען: „איך ווייס אַז נאָך דער לאַנגער רײַזע מוזסטו זײַן הונגעריק, אָבער כ׳וואָלט געוואָלט נעמען דעם אַנדערן אויטאָ אין וועלכן דער קאָמפּאַקטל־שפּילער אַרבעט גוט. דו מוזסט הערן אַנדעאַ באַטשעלי. נו, אָט זײַנען מיר!“ און ער פֿאָרט אַרײַן אין אַ לאַנגן אַרײַנפֿאָר וואָס דערפֿירט נישט צו קיין הויז, נאָר צו אַ פּאַלאַץ. אַזוי גרויס, אַזוי פֿיל פֿענצטער, אַזעלכע גרויסע, שיינע ביימער פֿאָרנט.

„דאָס איז דײַן הויז?“ האָב איך אים געפֿרעגט. „דו ביסט אַן אַלמן, וווינסטו דאָ אַליין?“

„ניין, נישט אַליין! דער פּערסאָנאַל וווינט דאָ אויך. זיי וווינען אין אַ באַזונדערן טייל הויז“.

„ווער זײַנען זיי?“ האָב איך אים געפֿרעגט.

און ער האָט מיר אויסגערעכנט: „צוויי דינסטן, אַ שאָפֿער, אַ גערטנער, אַ קוכער און אַ קאַמער־דינער וואָס איז אויך אַ הויז־באַדינער“.

ס׳איז מיר אַזש נישט גוט געוואָרן. ווי קוסטו צו אַזאַ לעבן? פֿרעג איך זיך. וואָס ווערסטו אַזוי צעקאָכט? ס׳וועט גאָרנישט פֿון דעם ווערן. נעם זיך צום יאָגאַ־אָטעמען און זאָל זיך דיר אויסדאַכטן, אַז דאָס איז אַלץ אַ פֿילם און דו ביסט אַן אַקטריסע. דאָס רעדן צו זיך אַליין האָט טאַקע אַ ביסל געהאָלפֿן, אָבער ס׳האָט מיך סײַ־ווי־סײַ אָנגעהויבן דרייען אין בויך.

„קענען מיר אַרײַנגיין? כ’דאַרף ניצן דעם וואַשצימער,“ האָב איך אים געפֿרעגט.

(אַזאַ עלעגאַנטע אַקטריסע בין איך, האַ־האַ!)

„יאָ, אַוודאי. איך וויל אַז דו זאָלסט דאָס הויז זען.“ ער איז צוגעגאַנגען צו דער טיר און אָנגעקלאַפּט. מאָדנע, ער ניצט נישט קיין שליסל. כ׳האָב אים אָנגעקוקט מיט אַ דריי פֿונעם קאָפּ און ער האָט געענטפֿערט: „איך טראָג בײַ זיך קיין מאָל נישט קיין שליסלעך. די דינסט קומט באַלד.“ און נאָך איידער ער האַט אָפּגעזאָגט די ווערטער האָט אַ מונדירטע דינסט געעפֿנט די טיר. כ׳האָב דאָס אויך קיין מאָל נישט געהאַט געזען.

אַז איך דערמאָן זיך יענעם מאָמענט, געדענק איך: אַ סך צימערן, אַ סך לוסטרעס, אַ סך קרישטאָלנע וואַזעס.

ער האָט מיך געוויזן וווּ דער וואַשצימער איז. ג־ט צו דאַנקען אַלץ איז דאָרטן געווען מער ווייניקער נאָרמאַל. ווען איך בין אַרויס האָב איך אים געזען שטיין דאָרטן מיט אַ שיין ווײַס טאָרבעלע אין דער האַנט און ער האַלט דאָס אויס צו מיר מיט נאָך אַ בלישטשנדיקן שמייכל. „דאָס איז פֿאַר דיר.‟ איך בין געבליבן שטיין.

„יאָ, פֿאַר דיר. אַ מתּנה.‟

איך גיב אַ קוק אינעווייניק און זע אַ בלוי סאַמעט קעסטעלע וואָס מע קריגט פֿון אַ יוּוועליר. עס ווערט מיר ווידער נישט גוט. אַ רינגל? שוין? וואָס טוט מען?

„וואָס איז דאָס?“ פֿרעג איך אים, אַ ביסל הייזעריק.

„עפֿן אויף דאָס קעסטעלע, וועסטו זען.‟

איך עפֿן עס אויף און זע נישט קיין רינגל, נאָר אַ גאָלדן קייטל מיט אַ K אין בריליאַנטן, דעם ערשטן אות פֿון מײַן נאָמען אויף ענגליש.

„פֿאַרוואָס גיסטו מיר אַ מתּנה?“ האָב איך אים געפֿרעגט.

„ווײַל דו ביסט געקומען מיך זען.‟

כ׳האָב עס געוואָלט אָנטאָן אָבער די הענט האָבן זיך בײַ מיר אַזוי געטרייסלט, אַז איך האָב נישט געקענט. ער האָט דאָס קייטל פֿון מיר גענומען און געשטאַנען הינטער מיר. איך האָב אַ ביסל אַראָפּגעבויגן דעם קאָפּ און ער האָט דאָס קייטל מיר אָנגעטאָן. זײַנע הענט האָבן מיך אָנגערירט בײַם קאַרק און איך האָב אַזש דערפֿילט עלעקטרישע שטראָמען דורכן גאַנצן קערפּער. מסתּמא האָב איך אַ ציטער געטאָן, ווײַל ער האָט מיך געפֿרעגט וואָס איז דער מער.

„גאָרניט. אַזאַ שיינע, טײַערע מתּנה,“ האָב איך קוים אַרויסגעשטאַמלט.

ער האָט געשמייכלט צופֿרידן. „אַ שיינע פֿרוי דאַרף טראָגן שיינע זאַכן,“ האָט ער געזאָגט. ”קום. לאָמיר עפּעס איבערכאַפּן.‟

מיר זײַנען געפֿאָרן אין אַ שיינעם רעסטאָראַן. דוד האָט געגעסן אַ סטייק, און איך האָב געגעסן אַ סאַלאַט. בעסער געזאָגט, איך האָב באַשטעלט אַ סאַלאַט, אָבער עסן האָב איך זייער ווייניק. ווען דוד האָט דערזען, אַז איך עס נישט, האָט ער געפֿרעגט צי איך וויל עפּעס טרינקען.

„יאָ“, האָב איך געענטפֿערט, „אַן עפּל מאַרטיני!“ (כאָטש איך טרינק זעלטן ספּירט.)

די אויגן זײַנען בײַ אים געוואָרן גרויס און ער האָט אָנגעהויבן לאַכן: „דו ווייסט, חנה־פֿײַגל, דו געפֿעלסט מיר. פֿון דעם קען עפּעס ווערן. ווען קומסטו צוריק? איכ׳ל דיר קויפֿן אַ בילעט.“

פֿונעם עפּל מאַרטיני האָט זיך מיר שוין געדרייט דער קאָפּ. איך קען גאָרנישט נישט טרינקען. איך מוז האָבן עפּעס אַן אַלערגיע צו ספּירט, ווײַל כ׳האָב זיך צעוויינט, און געזאָגט דעם אַבסאָלוט פּערפֿעקטן מאַן, אַז איך קען אים מער נישט זען, אַז מיר האָבן נישט קיין צוקונפֿט צוזאַמען ווײַל איך קען נישט וווינען אין זײַן הויז, די אַלע לוסטרעס מאַכן מיר בלינד, איך בין אַזוי אומגעלומפּערט, אַז די ערשטע וואָך וואָלט איך צעבראָכן אַלע קרישטאַלנע וואַזעס.

ער האָט זייער וואַרעם געשמייכלט און מיר געגעבן אַ ווײַס טיכל פֿאַר דער נאָז. „וויין נישט, חנה־פֿײַגעלע. קום, איך וועל דיך אָפּפֿירן צו דײַן זון אין ריווערדייל.‟

אין אויטאָ בין איך אַנטשלאָפֿן געוואָרן און האָב זיך אויפֿגעוועקט ערשט ווען מיר זענען שוין געווען אין ריווערדייל. כ׳האָף אַז איך האָב נישט געכראָפּעט. דעם צווייטן טאָג בין איך שוין נישט געווען זיכער, צי דאָס איז געווען אַ חלום, צי גאָר אַ קאָשמאַר, ווײַל איך האָב מיט מײַנע אייגענע הענט אַוועקגעשטופּט אַן אוצר, און יעצט בין איך ווידער אַליין.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version