צום 108טן יאָרצײַט פֿון שלום־עליכםMarking 108 years since the death of Sholem Aleichem
וואָס אַ דײַטשישע צײַטונג האָט געשריבן וועגן דעם שרײַבער נאָך זײַן פּטירה
אין שײַכות מיטן 108טן יאָרצײַט פֿונעם גרױסן ייִדישן שרײַבער שלום־עליכם, וואָס פֿאַלט אויס די וואָך, האָב איך געפֿאָרשט די היסטאָרישע ייִדישע פּרעסע, דערשינען אין דער גאַנצער װעלט אין כּלערלײ לשונות מיט אַריבער הונדערט יאָר צוריק, באַלד נאָכן שרײַבערס פּטירה, פֿאָקוסירנדיק זיך אױף דײַטש־שפּראַכיקע אױסגאַבעס. איך האָב געװאָלט װיסן, װאָס האָט מען געװוּסט און געשריבן אין יענער צײַט װעגן זײַן לעבן און זײַן ליטעראַרישער טעטיקײט.
איך האָב געפֿונען אַ טעמאַטיש פֿאַרבונדענע נאָטיץ, פּובליקירט אין דער Allgemeine Zeitung des Judentums (אַלגעמײנע צײַטונג פֿון ייִדנטום) פֿונעם 26סטן מײַ 1916, ד״ה בערך אַ פּאָר װאָכן נאָך דער טרױעריקער געשעעניש.
די דאָזיקע װעכנטלעכע צײַטונג איז געװען אײנע פֿון די עלטסטע און לאַנג־עקזיסטירנדיקע ייִדישע צײַטשריפֿטן אויף דער דײַטשער שפּראַך .זי איז אַרױסגעגעבן געװאָרן אין 1837־1922 אין לײַפּציג און שפּעטער אין בערלין און האָט געהאַט אַ סך לײענער אין דײַטשלאַנד, עסטרײַך און די נידערלאַנדן װי אױך אין מזרח־אײראָפּע.
לאָמיר ברענגען דאָ דעם װײַטערדיקן געקירצטן נוסח פֿון דער נאָטיץ ,איבערגעזעצט פֿון אַני־הקטן:
דער ייִדישער שרײַבער, װעלכער האָט געשריבן אונטערן נאָמען שלום־עליכם און װעגן װעמענס שאַפֿונגען מיר האָבן מיטגעטײלט אָפֿטמאָל אין דער לעצטער צײַט, איז ניפֿטר געװאָרן דעם 13טן מײַ אין ניו־יאָרק.
שלום־עליכם (שלום ראַבינאָװיטש), געבױרן אין 1859 אין פּערעיאַסלאַװ (פּאָלטאַװער גובערניע, רוסלאַנד), האָט ביזן 15טן יאָר פֿון זײַן לעבן באַקומען אױסשליסלעך תּנכיש־תּלמודישע בילדונג. אונטער דער השפּעה פֿון דער נײַער השׂכּלה־ליטעראַטור האָט ער שפּעטער שטודירט אײראָפּעיִשע שפּראַכן און ליטעראַטורן.
פֿון 1880 ביז 1882 האָט ער געדינט װי אַ מלוכישער רבֿ אין דער שטאָט לובען און דערנאָך איז ער געװאָרן אַ געשעפֿטסמאַן אין קיִעװ. נאָך די פּאָגראָמען אין אָקטאָבער 1905 איז ער אַװעקגעפֿאָרן אױף אַ וויזיט קײן אַמעריקע, און נאָך 1909 האָט ער געמוזט דאָרט בלײַבן צוליב זײַן קראַנקייט*.
אין 1911 איז ער נאָך אַ מאָל געקומען צו פֿאָרן קײן רוסלאַנד, װוּ מע האָט אים באַגריסט ווי דעם סאַמע באַרימסטן ייִדישן שריפֿטשטעלער. װען ס’איז אויסגעבראָכן די מלחמה, איז ער אַריבערגעפֿאָרן פֿונעם קוראָרט נערװי, לעבן דער שטאָט גענוע, קײן ניו־יאָרק, װוּ ער איז ניפֿטר געװאָרן.
זײַן ליטעראַרישע טעטיקײט האָט שלום־עליכם אָנגעהױבן אין סוף פֿון די 1870ער יאָרן װי אַ מיטאַרבעטער פֿון די העברעיִשע טאָגבלעטער „הצפֿירה“ (אין װאַרשע) און „המליץ“ (אין פּעטערבורג).
אין 1883 האָט ער אָנגעהױבן פֿאַרעפֿנטלעכן זײַנע דערצײלונגען אינעם „ייִדישן פֿאָלקסבלאַט“, װוּ זײ האָבן באַלד צוגעצױגן דעם אױפֿמערק פֿונעם לײענער־פּובליקום. אין זײַן קאַמף קעגן דער סענסאַציאָנעלער בולװאַר־ליטעראַטור, װאָס האָט דעמאָלט באַהערשט דעם מאַרק, האָט ער געגרינדעט זײַן „ייִדישע פֿאָלקסביבליִאָטעק“.
שלום־עליכם איז געװען דער סאַמע באַליבטסטער און צום מערסטן געלײענטער שרײַבער פֿון די ייִדישע מאַסן. זײַן רײַכע און עכט פֿאָלקסטימלעכע שפּראַך האָט אױך אין אַ היפּשער מאָס בײַגעטראָגן צו זײַן פּאָפּולערקײט. ער האָט געשריבן מאָנאָלאָגן, דיאַלאָגן, קאָרעספּאָנדענץ און סצענעס. ער האָט ניט דערצײלט װעגן זײַנע פּערסאָנאַזשן, נאָר יעדערער פֿון זײ אַלײן האָט עס דערצײלט מיט זײַנע אייגענע רייד.
די ערשטע פֿון שלום־עליכמס װערק זײַנען דערשינען אין צװײ בענדער אין 1903. אין 1908, צו זײַן 25סטן יובֿל ווי אַ שרײַבער, האָט מען אָנגעהױבן אַרױסלאָזן די פֿולע זאַמלונג פֿון זײַנע שאַפֿונגען, װאָס האָט ביז איצט אײַנגעשלאָסן 15 דיקע בענדער. מער װי הונדערט דערצײלונגען זײַנען דערשינען אין באַזונדערע אױסגאַבעס מיט צען טױזענט פֿאַרקױפֿטע עקזעמפּלאַרן.
פֿיר בענדער פֿון זײַנע װערק זײַנען איבערגעזעצט געװאָרן אױף העברעיִש דורך דעם יונגן שרײַבער און שלום־עליכמס אײדעם יצחק דבֿ בערקאָװיטש. 8 בענדער פֿון די רוסישע איבערזעצונגען זײַנען דערשינען אין 1910.
אַ סך שלום־עליכמס װערק זײַנען אױך איבערגעזעצט געװאָרן אױף דײַטש און פֿאַרעפֿנטלעכט אין פֿאַרשײדענע צײַטונגען און צײַטשריפֿטן. ביז איצט איז דערשינען אין דער דײַטשער שפּראַך בלױז אײן קליינער באַנד פֿון זײַנע דערצײלונגען, „די פֿאַרלױרענע שלאַכט“, איבערגעזעצט פֿון ד״ר נתן בירנבױם און פּובליקירט פֿון „דער ייִדישער פֿאַרלאַג“ אין בערלין.
די פּאָפּולערקײט פֿון שלום־עליכמס שאַפֿונגען איז ניט קלענער געװאָרן נאָך זײַן פּטירה. זי האָט כּסדר געװאַקסן. אַ דאַנק די פֿילשפּראַכיקע איבערזעצונגען זײַנען זיי פּאָפּולער געװאָרן אױך װײַט מחוץ דער ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה גופֿא בײַ אַ סך ליטעראַטור־ליבהאָבער איבער דער גאָרער װעלט. װי באַװוּסט, זײַנען דעם שרײַבערס װערק איבערגעזעצט געװאָרן אױף מער װי זעכציק לשונות.
במשך פֿון אַ סך יאָרן פֿאַר דער קאָראָנאַװירוס־עפּידעמיע האָבן שלום־עליכמס קרובֿים געפּראַװעט אין דער „ברודערשאַפֿט“־סינאַגאָגע אין מאַנהעטן זײַנע יאָרצײַטן בהסכּם מיט די װוּנטשן פֿון זײַן צוואה: אַז מע זאָל אויף זײַן יאָרצײַט רעציטירן זײַנע פֿרײלעכסטע מעשׂיות, באַגלײט מיט געלעכטער און אַפּלאָדיסמענטן פֿון גרױסן עולם. הײַנט טרעפֿט זיך די משפּחה פּריוואַט אויף זום וווּ זיי פֿירן ווײַטער אָן מיט דער שיינער טראַדיציע.
*ער האָט געליטן פֿון טובערקולאָז [רעד׳]
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO