זום: פֿאַר וואָס ייִדן זענען אַוועק פֿון דער אַלטער היים — אין זייערע אייגענע ווערטערZoom: Why Jews left the old country — in their own words
דער היסטאָריקער דניאל סויער וועט פֿאָרלייענען עסייען וואָס דער ייִוואָ האָט געזאַמלט דורך אַ קאָנקורס אין 1942
זונטיק, דעם 19טן מײַ, וועט דניאל סויער, אַ געשיכטע־פּראָפֿעסאָר בײַם פֿאָרדהאַם־אוניווערסיטעט, שמועסן מיט אלי בענעדיקט אויף ייִדיש וועגן אַן אויטאָביאָגראַפֿיע־קאָנקורס, וואָס דער ייִוואָ האָט אָפּגעהאַלטן אין יאָר 1942, אויף דער טעמע „פֿאַר וואָס בין איך אַוועק פֿון דער אַלטער היים, און וואָס איך האָב דערגרייכט אין אַמעריקע“. דער שמועס וועט זײַן אויף ייִדיש.
נאָך דעם ווי דער ייִוואָ האָט אין 1942 געמאָלדן וועגן דעם קאָנקורס האָבן מער ווי 200 „געוויינטלעכע“, טאָג־טעגלעכע מענטשן אַרײַנגעשיקט זייער לעבנס־געשיכטע. סויער וועט פֿאָרלייענען עטלעכע בײַשפּילן פֿון אָט די אוצרות, און דערציילן וועגן עטלעכע פֿון די שרײַבערס. מע וועט אויך הערן וועגן סויערס אייגענער געשיכטע, זײַנע ביכער און פֿאָרשונגען.
דער זום־שמועס איז טייל פֿון אַ סעריע אינטערוויוען, „ייִדיש הײַנט“, געפֿירט פֿון דער ייִדיש־ליגע.
דניאל סויער איז אַ פּראָפֿעסאָר אין פֿאָרדאַם־אוניווערסיטעט (ניו־יאָרק). ער האָט געדינט ווי אַן אַרכיוויסט בײַם ייִוואָ, און האָט מיטרעדאַקטירט און געשריבן איבער צען ביכער אויף ענגליש מיט אַ שײַכות צו אונדזער טעמע, וואָס באַהאַנדלען ייִדישע אימיגראַנטן, ייִדיש אין אַמעריקע און לינקע אידעאָלאָגיעס.
דער אינטערוויו וועט פֿאָרקומען 1:00 נאָך מיטאָג אויפֿן מזרח־ברעג; 10:00 אין דער פֿרי אויפֿן מערבֿ־ברעג.
כּדי זיך צו רעגיסטרירן, גיט אַ קוועטש דאָ:
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט“ מיטן
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO