לכּבֿוד יום-הזכּרון זאָל דער געדענק־פּלאַקאַט פֿון קיבוץ בארי נישט לאָזן פֿאַרגעסןOn Yom Hazikaron, may the memorial poster from Kibbutz Be’eri keep us from forgetting
מיר געדענקען די אַלע, וואָס זײַנען נישט זוכה צו דערלעבן די 76 יאָר פֿון דער מדינה. צווישן זיי — אַזוי פֿיל יוגנט
צו הערן אַן אוידיאָ פֿון דעם אַרטיקל, אָט איז די רעקאָרדירונג:
די דאָזיקע וואָך איז אַ וואָך פֿון גרויסע ריסן און גרויס צעריסנקייט ״אין לאַנד״.
אויף דער מחיצה צווישן דעם יערלעכן געדענקטאָג נאָך די קרבנות פֿון מלחמות און טעראָריסטישע אַטאַקעס און דעם 76סטן אומאָפּהענגיקייטס־טאָג, בלײַבן ס׳רובֿ מענטשן וואָס לעבן אין ישׂראל פֿאַרגליווערט צווישן פּײַן, כּעס און ייִאוש.
פּײַן, כּעס און ייִאוש וואָס פֿאַרשוואַרצן יעדן מעגלעכן פֿונק פֿון פֿרייד — פֿרייד וואָס אויף דער גאָרער וועלט זעט אויס נאַטירלעך און באַרעכטיקט: דאָס פֿרייען זיך מיט זײַן אייגן שטיקל נחלה, מיט זײַן אייגענער נאַציאָנאַלער אומאָפּהענגיקייט.
נאָר אין ישׂראל אין 2024 איז אַזאַ פֿרייד נישט מעגלעך.
מיר שטעלן זיך אָפּ און מיר געדענקען מיט צער און טרויער די אַלע, וועמענס לעבנס זײַנען אַכזריותדיק פֿאַרשניטן געוואָרן און וואָס זײַנען נישט זוכה צו דערלעבן די 76 יאָר פֿון דער מדינה. צווישן זיי — אַזוי פֿיל יוגנט, וואָס האָט געדאַרפֿט בויען אַ בעסערע צוקונפֿט. אַזוי פֿיל שיינע יוגנט.
מיר ווילן געדענקען און דערמאָנען דאָס, וואָס אַרום אונדז איבער דער וועלט האַלט מען שוין אין פֿאַרגעסן, צו גיך, צו גרייט, צו גרינטלעך — ווי אַזוי די איצטיקע מלחמה וואָס פֿאַרזייט פּײַן, כּעס און ייִאוש דאָ און דאָרטן האָט זיך אָנגעהויבן.
און די חורבֿות אויף צו להכעיס ווילן מיר דאָס געדענקען און דערמאָנען אויפֿן סמך פֿון יצירה:
זאָל דער הײַיאָריקער געדענק־פּלאַקאַט פֿון דער קהילה פֿון קיבוץ בארי — פֿון די געליטנסטע דעם 7טן אָקטאָבער 2023 — נישט לאָזן פֿאַרגעסן.
נישט די אומשולדיקע און איבעריקע קרבנות, און נישט די אידעאָלאָגישע שׂינאה פֿון פֿאַנאַטישן אַגרעסאָר וואָס האָט נישט תּמיד און ממילא נישט באמת אונטערגעשיידט און נאָר גערצחנט לויט פּרינציפּן פֿון רעליגיע און נאַציע. די לעצטע פֿיר דערמאָנטע קרבנות זײַנען אָן ספֿקות נישט געווען נישט קיין ייִדן, נישט קיין ישׂראלים און אָן אַ שײַכות מיטן ״צוגעזאָגטן לאַנד״.
געדענקען זאָלן מיר די פּנימער און זייערע נעמען.
און דעם פֿאַקט, אַז די צוגעגעבענע 101 זײַנען ווינציקער ווי אַ צענטל פֿון אַלע קרבנות פֿונעם 7.10.2023 — פֿאַרפּײַניקטע און דערמאָרדעטע דורך כאַמאַס־אָנהענגערס.
אין עזה געפֿינען זיך נאָך אַלץ פֿיר פֿאַרכאַפּטע פֿון בארי — צווישן 132 פֿאַרכאַפּטע, פֿון וועלכע לכל־הפּחות 38 לעבן מער נישט.
לאָמיר נישט פֿאַרגעסן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO