Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אָפּערע אַנטפּלעקט די ווייניק־באַקאַנטע געשיכטע פֿון גרויסן ייִדישן ווערטערבוךOpera brings to life the little-known story of the Great Yiddish Dictionary

דער לינגוויסט יודל מאַרק האָט געהאַט גרויסע אַמביציעס פֿאַרן ווערטערבוך, אָבער לסוף האָט זײַן וויזיע באַגראָבן דעם פּראָיעקט.

אַן אָפּערע װעגן וויכּוחים, פֿאַרלוסט — און אַ װערטערבוך.

פּונקט װי מע זעט הײַנט אין דער סאָציאַלער מעדיע, איז די ייִדיש־װעלט תּמיד געווען פֿול מיט מענטשן װאָס קריגן זיך װעגן כּלערליי פּרטים. אָט די אײַנגעשפּאַרטע אידעאַליסטן האָבן גוטע כּװנות און אָפֿטמאָל נישט־פֿאַרענדיקטע פּראָיעקטן.

מיט 60 יאָר צוריק האָט מאַקס װײַנרײַך, דער לאַנג־יאָריקער דירעקטאָר פֿון ייִװאָ, געפֿירט ביטערע װיכּוחים מיטן לינגװיסט יודל מאַרק. מ’האָט דעמאָלט געאַרבעט אויפֿן ריזיקן פּראָיעקט צו שאַפֿן אַן אַרומנעמיק ייִדיש װערטערבוך. נישט קיין צװיי־שפּראַכיקס, נאָר אַן אמת ווערטערבוך כּכל הגויים, װוּ די דעפֿיניציעס זענען טאַקע אויף ייִדיש.

ביידע שפּראַכפֿאָרשער האָבן געװאָלט ראַטעװען דאָס ייִדישע לשון, נאָר זייערע וויזיעס זענען געווען גאָר אַנדערע. צום סוף, האָבן זייערע חילוקי־דעותן געהאַט דראַמאַטישע קאָנסעקװענצן — אַזוי דראַמאַטיש אַז מע האָט איצט אָנגעשריבן אַן אָפּערע װעגן דעם.

דעם 4טן אַפּריל 2024 איז אין ברוקלין פֿאָרגעקומען די פּרעמיערע פֿון דער אייגנאַרטיקער אָפּערע, „דער גרויסער װערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך“. דעם טעקסט האָט אָנגעשריבן בען קאַפּלאַן; די מוזיק — אַלעקס װײַזער. ביידע זענען הײַנט פּראָמינענטע אָנגעשטעלטע פֿון ייִװאָ.

פֿון רעכטס: בען קאַפּלאַן און אַלעקס ווײַזער מיט די איינציקע דרײַ בענד פֿונעם גרויסן ייִדישן ווערטערבוך Photo by Ken Collins

דער זאַל איז געװען געפּאַקט מיט סײַ ייִנגערע סײַ עלעטערע לײַט. אין דער ערשטער ריי איז געזעסן יודל מאַרקס אייניקל, מירם קריגעל, און טאָכטער, ריװע קריגעל. די טאָכטער איז געקומען אַזש פֿון מעמפֿיס, טענעסי כּדי צו זען דאָס װערק געװידמעט איר טאַטן און זײַן לעבנס־אַרבעט.

כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין די אָפּערע דאַרף מען װיסן אַ ביסל װעגן דער געשיכטע פֿונעם װערטערבוך.

אין די 1950ער יאָרן, נאָך דער פֿאַרטיליקונג פֿון מיליאָנען ייִדיש־רעדערס, האָט אַ געטרײַע גרופּע לינגװיסטן באַשלאָסן אָנצוזאַמלען אַלע װערטער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און שאַפֿן אַ װערטערבוך דערפֿון. דער װערטערבוך־קאָמיטעט האָט אונטערגעחתמעט אַן אָפּמאַך מיט ייִװאָ: ייִװאָ װעט זיי באַזאָרגן מיט אַ ביוראָ, צוטריט צו אירע ביבליאָטעקן און מאַטעריאַלן און דער ייִװאָ־לאָגאָ װעט דערשײַנען אויף אַלע פּובליקאַציעס. דער קאָמיטעט װעט אָבער זײַן פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר זאַמלען געלט.

פֿונעם סאַמע אָנהייב איז עס געװען כּמעט באַשערט דורכצופֿאַלן. מאַרק האָט קיין מאָל נישט געהאַט גענוג פּערסאָנאַל און געלט דורכצופֿירן אַ פּראָיקעט מיט אַזאַ ריזיקן פֿאַרנעם. עס זענען אויך געװען װאָגיקע מחלוקתן לגבי דעם אינהאַלט און אָרטאָגראַפֿיע פֿונעם װערטערבוך.

איין סלע־המחלוקת איז געװען אין שײַכות מיט די ייִװאָ־„תּקנות“ — אַ סטאַנדאַרטיזירטער אויסלייג און אָרטאָגראַפֿישע סיסטעם פֿון דער ייִדישע שפּראַך. לויט װײַנרײַכן האָט מען געמוזט אָפּהיטן די תּקנות. איין גרויסער אונטערשיידן צװישן די ייִװאָ תּקנות און דעם װאָס מאַרק האָט געװאָלט דורכפֿירן איז געװען דער שטומער אַלף, װאָס מע האָט געשטעלט צװישן געװיסע װאָקאַלן.

יודל מאַרק מיט זײַן פֿרוי פֿייגע Courtesy of Riva Kriegel

מאַרק האָט זיך אײַנגעשפּאַרט און צום סוף האָט װײַנרײַך נישט דערלויבט מע זאָל שטעלן  דעם ייִװאָ־לאָגאָ אויף די װערטערביכער. דאָס איז געװען אַ גרויסער קלאַפּ פֿאַר מאַרקן. נישט געקוקט אויף זײַנע פּלוגתּות מיט װײַנרײַכן, האָט ער שטאַרק אָפּגעשאַצט ייִװאָ און עס באַטראַכט װי דער איינציקער אַקאַדעמישער צענטער פֿאַר ייִדיש אויף דער װעלט.

אַ צװייטע סלע־המחלוקת איז געװען צי דאָס װערטערבוך דאַרף זײַן לויטן מוסטער פֿון אַן „אָקספֿאָרד־ווערטערבוך“ און אַרײַננעמען טאַקע אַלע װערטער, צי קען עס זײַן קלענער אין פֿאַרנעם, װי אַ „װעבסטער“. מאַרק האָט געװאָלט אַן אָקספֿאָרד.

דער ייִדישיסט און לינגוויסט לייזער בורקאָ האָט אין זײַן דיסערטאַציע, אין אַ קאַפּיטל וועגן דעם ווערטערבוך, ציטירט מאַרקן אַזוי: „אַלע װערטער, אין זייער טיפֿסטן עסענץ, זענען געשאַפֿן געװאָרן גלײַך און האָבן גלײַכע רעכט צו זײַן אין װערטערבוך.“ אַזאַ צוגאַנג האָט מיטגעבראַכט מיט זיך געװיסע צרות: דאָס װערטערבוך װאָלט באַשטאַנען פֿון בערך 12 בענד, װאָס װאָלט געפֿאָדערט אַ סך מער געלט און צײַט. דאָס װערטערבוך אַליין איז געװען אַ פֿאַרמעסט קעגן דער צײַט. די װאָס האָבן געאַרבעט אויף אים, בדרך־כּלל עלטערע ייִדן געבוירענע אין מיזרח־אייראָפּע, האָבן מורא געהאַט אַז זיי וועלן נישט דערלעבן דאָס פֿאַרווירקלעכן פֿונעם געגאַרטן ווערטערבוך.

זיי זענען געװען גערעכט. עד־היום האָט מען נישט פֿאַרענדיקט דאָס װערטערבוך, כאָטש מע קען זען די דיגיטאַליזשע ווערסיעס אָנלײַן. די ערשטע פֿיר בענד געפֿינען זיך אויף דער וועבזײַט פֿונעם ייִדישן ביכער צענטער אין אַמהערסט; די פֿיפֿטע און זעקסטע בענד זענען לעצטנס אויך דיגיטאַליזירט געוואָרן. נאָך כּמעט 30 יאָר האָרעװאַניע, זענען אַרויס בלויז פֿיר בענד, װאָס האָבן כּולל געװען נאָר דרײַ אותיות: דער שטומער אַלף, דער קמץ־אַלף און דער פּתח־אַלף.

ס’איז נישט קיין איראָניע, אַז אָט די דרײַ אותיות שפּילן אַזאַ װיכטיקע ראָלע אין דער אָפּערע. מחוץ מאַרקן און װײַנרײַכן, זענען די אַנדערע דרײַ פּערסאָנאַזשן, דער שטומער אַלף, דער קמץ־אַלף און דער פּתח־אַלף: געטלעכע אויסשטראַלונגען פֿון דער ייִדישער שפּראַך.

פֿאַר װאָס האָבן װײַזער און קאַפּלאַן באַשלאָסן אַרײַנצופֿירן אַזאַ מיסטישע עלעמענטן? אין אַן אינטערװיו, האָט װײַזער דערקלערט אַז, לויט לייזער בורקאָס דיסערטאַציע האָט מאַרק געהאַט אַ השׂגה אַז „ייִדישע װערטער זענען הייליק, און מאַרק אַליין האָט געהאַט אַ כּמו-קבליסטיש פֿאַרשטענדעניש פֿון דער ייִדישער שפּראַך.“ דער לינגוויסט האָט גערעדט װעגן װערטער װי ניצוצות, װאָס מע מוז אויפֿהיטן און אַרײַנברענגען אין דער װעלט אַרײַן. קאַפּלאַן האָט מסביר געװען אַז פֿון דעם איז געקומען די אידעע צו שאַפֿן די דרײַ אַלפֿן: דרײַ געטלעכע שליחים װאָס ברענגען מאַרקן אַ נבֿיאישע װיזיע און מיסיע: ראַטעװען די ייִדישע שפּראַך.

פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג האָבן װײַזער און קאַפּלאַן געמאַכט אַ קורצן אַרײַנפֿיר און פֿאָרגעשטעלט די זינגערס, װאָס זענען שוין געשטאַנען אויף דער בינע: דזשייסאָן װײַסינגער, דער טענאָר וואָס האָט געשפּילט די ראָלע פֿון יודל מאַרקן (און װאָס איז געװען פֿיזיש ענלעך צו אים, האָט מאַרקס אייניקל באַמערקט); גדעון דאַבי (מאַקס װײַנרײַך — באַריטאָן), און די מעצאָ־סאָפּראַנען: קירסטין גאָרנשטײַן (דער שטומער אַלף), קייטלין מיקקעטשני (דער קמץ־אַלף), און קעלי גערראַ (דער פּתח־אַלף). לעבן די זינגערס האָט מען געזען דעם קאַמער־אָרקעסטער, דיריגירט פֿון דוד בלום.

בײַם סאַמע אָנהייב פֿון דער אָפּערע האָבן די דרײַ מעצאָ־סאָפּראַנען געזונגען אַ ליד מיט טרויעריקע טענער. אויף אַ ריזיקן עקראַן הינטער די זינגערס, האָט מען געלייענט אַז, װי אין אַ חלום, איז מאַרק אַריבערגעפֿירט געװאָרן אין אַ טיפֿן טאָל פֿול מיט טרוקענע ייִדישע װערטער װאָס ברעקלען זיך אין שטויב. עס באַװײַזן זיך צו מאַרקן דער שטומער אַלף, דער קמץ־אַלף און דער פּתח־אַלף. זיי װײַזן אויף די װערטער און פֿרעגן מאַרקן, צי זיי וועלן בלײַבן לעבן. דערצו פֿאָדערן זיי ער זאָל ראַטעװען די ייִדישע שפּראַך:

„זאַמל די דאָזיקע װערטער,

קלײַב זיי, אָטעם:

הער דאָס װאָרט פֿון גאָט

זאָג זיי:

איך ברענג אַרײַן אין אײַך אַן אָטעם.”

װײַטער זינגען זיי: „די דאָזיקע װערטער זײַנען בית ישׂראל.“ פּלוצעם הייבן זיך די קולות װי אַרויס פֿון קבֿר און שרײַען: „עפֿן זייערע קבֿרים!“

כ’האָב געגעבן אַ קוק איבערן עולם און דערזען ווי זיי זיצן אַלע פּריטשמעליעט פֿון דער דראַמאַטישער סצענע.

אַן עמאָציאָנעלע סצענע אין דער אָפּערע. רעכטס: דזשייסאָן װײַסינגער ווי יודל מאַרק (רעכטס) און די דרײַ אַלפֿס Photo by Steven Pisano

דער שטומער אַלף, דער קמץ־אַלף און דער פּתח־אַלף האָבן אַלע געזונגען אויף ייִדיש, אָבער ס’רובֿ פֿון דער אָפּערע איז דווקא געווען אויף ענגליש. אויפֿן עקראַן הינטער די זינגערס האָט מען געוויזן איבערקעפּלעך, סײַ מיטן ייִדישן טעקסט, סײַ מיטן ענגלישן. װען מע האָט דערמאָנט געװיסע װערטער און באַגריפֿן וואָס זענען אפֿשר נישט באַקאַנטן יעדערן אין עולם, װי למשל „ייִװאָ“, „תּקנות“ און „װילנע“, האָט מען צוגעגעבן אַ דערקלערונג אויפֿן עקראַן.

כאָטש דאָס איז געװען אַן אָפּערע קאָנצערט, און נישט קיין אינצינירטער אָפּערע, מיט קאָסטיומען און רעקוויזיטן, האָבן די זינגער אויפֿגעפֿירט דאָס ווערק מיט פּאַטאָס. זייער רירנדיק איז געװען די סצענע פֿון װײַנרײַכס לװיה. דער שטומער אַלף, קמץ־אַלף און פּתח־אַלף האָבן שטילערהייט געזאָגט קדיש, בעת מאַרק האָט געלויבט װײַנרײַכן װי דער צענטער פֿון ייִדיש אין אַמעריקע, און געקלאָגט אַז מיט אים שטאַרבט אַװעק אַ דור. „די אַרבעט גייט ווײַטער, די אַרבעט גייט ווײַטער, כאָטש דו ביסט מער נישטאָ.“

נישט געקוקט אויפֿן ערנסטן תּוך פֿון דער אָפּערע, זענען אויך געװען מאָמענטן פֿון געלעכטער, וואָס האָבן אַ ביסל לײַכטער געמאַכט די שטימונג, ווי למשל, ווײַנרײַכס רעאַקציע װען ער דערזעט דעם ערשטן אָנװאָרף פֿון װערטערבוך. אַ צווייטע הומאָריסטישע סצענע האָט מרמז געווען אויף די נעאָלאָגיזמען אינעם ווערטערבוך.

בײַם סוף פֿון דער אָפּערע האָט דער עולם רעאַגירט  מיט שטורעמנדיקע אַפּלאַודיסמענטן און אַ שטייענדיקער אָװאַציע. די ערשטע װאָס זענען אויפֿגעשטאַנען — מאַרקס אייניקל און טאָכטער.

עליע פּאַלעװסקי, אַ באַקאַנטער ייִדישיסט וואָס איז געקומען פֿון פֿלאָרידע, צום טייל צוליב דער פֿאָרשטעלונג, האָט שטאַרק הנאה געהאַט. „ס׳איז געווען אַ יוצא־מן־הכּלל, װי זיי האָבן פֿאַרקערפּערט מאַרקן און װײַנרײַכן, און זייערע סיכסוכים, װאָס זענען אַגבֿ נישט געװען קיין קלייניקייטן.“

שייכותדיקע אַרטיקלען:

נאָך צוויי בענד פֿונעם נישט־פֿאַרענדיקטן „גרויסן ייִדישן ווערטערבוך“ זײַנען איצט צוטריטלעך אָנלײַן

סטוטשקאָוו און דער גרויסער ווערטערבוך

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.