אַ ליד וועגן אַ מיידעלעס אָפּרוף אויף פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון קאַצעטןPoem about a little girl’s response to photos of concentration camp victims
דער מחבר האָט איבערגעזעצט דאָס ליד לזכּרון דעם דיכטער מאיר װיזלטיר צו זײַן ערשטן יאָרצײַט
פֿאַראַיאָרן, דעם נײַנטן טאָג אין חודש ניסן, איז דער העברעיִשער פּאָעט מאיר װיזלטיר ניפֿטר געװאָרן.
דאָ ברענגען מיר אַ פֿרישע איבערזעצונג פֿון זײַנס אַ ליד — סײַ כּדי אָפּצומערקן װיזלטירס יאָרצײַט און סײַ לכּבֿוד דעם ישׂראלדיקן חורבן־געדענק־טאָג, װאָס מע פּראַװעט דעם 27סטן טאָג אין ניסן.
דאָס ליד הײסט: „טאַטע־מאַמע זײַנען געגאַנגען אין קינאָ — אילנה [אילאַנאַ] זיצט איינע אַלײן אין פֿאָטעל און קוקט אין אַ גרױ בוך אַרײַן“. װיזלטיר האָט אָפּגעדרוקט דאָס ליד אין אַ באַנד פּאָעזיע װאָס איז אַרױס אין 1969, ד״ה אַכט יאָר נאָכן ירושלימער פּראָצעס קעגן דעם נאַצי און ייִדן־מערדער אַדאָלף אײַכמאַן. אײַכמאַן האָט געהאַט דאָס אַחריות פֿאַרן אָרגאַניזירן דעפּאָרטאַציעס אין די לאַגערן װוּ מע האָט די ייִדן געהרגעט מאַסנװײַז. אין זכות פֿונעם אײַכמאַן־פּראָצעס זײַנען די דערמאָנונגען װעגן דעם חורבן טיף אַרײַן אינעם ישׂראלדיקן קאָלעקטיװן געדעכעניש.
אין יענע יאָרן האָט נאָך די אײַנגעזעסענע ישׂראלדיקע באַפֿעלקערונג — בפֿרט דער יונגער דור — װײניק געװוּסט װעגן דעם חורבן. אַזױ אַרום האָט מען געהאַט פּונקט אַזאַ תּמימותדיקן צוגאַנג צו דעם ענין, װי דאָס מײדל אילנה אין װיזלטירס ליד — האָט געטענהט אין אַ לעקציע דער ליטעראַטור־פֿאָרשער אַריאל הירשפֿעלד.
„בעת טאַטע־מאַמע גײען אין קינאָ, קוקט אױך אילנה אױף עפּעס אַ פֿילם, דהײַנו, אױף די שװאַרץ־װײַסע פֿאָטאָגראַפֿיעס אין אַן אַלבאָם“, האָט הירשפֿעלד באַמערקט. „זי קוקט אױף די בילדער װי אַ הײַנטצײַטיק קינד און כאַפּט ניט אַז דאָס זײַנען פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון קאַצעט.“ װײַטער האָט ער אָנגעװיזן, אַז אילנה מאַכט אַ רירנדיקן פּרוּװ מחיה־מתים זײַן די מענטשן װאָס זי זעט אינעם אַלבאָם. איר אומפֿאַרשטײעניש און דער קאָלאַזש, װאָס זי שאַפֿט, ברענגען צו אַ פֿרישן, דװקא אַן ערנסטן קוק אױף דעם ענין: מיר פֿרעגן זיך װאָס מע זעט טאַקע אין אָט אַזױנע בילדער.
אַזאַ פֿראַגע איז שײך בנוגע בילדער פֿון גערודפֿטע און געהרגעטע אין אַלגעמײן — אַפּישטא שױן הײַנטיקע צײַטן, אַז מע זעט אַזױנע בילדער מסתּמא מערער װי װען ניט איז.
טאָמער באַנעמט מען דאָס ליד װי אַן אַרױסרוף איבערצוקלערן דאָס געדענקען דעם ייִדישן חורבן בפֿרט, באַקומט זיך, למשל, אַז מע פֿרעגט זיך: װאָס פּינקטלעך געדענקען מיר, ווען מיר דערמאָנען זיך אינעם חורבן? רדיפֿות און הריגות אױף אַ באַדריקטן מיעוט בכלל, צי אױף ייִדן בפֿרט? אָדער: װאָס איז טאַקע דער פּועל־יוצא פֿון געדענקען — דאָס אױפֿלעבן דעם אָנדענק נאָך די אומגעקומענע — און אױב אַזױ, װי אַזױ טוען מיר דאָס? צי דאַרף מען אָפּלערנען אַ מוסר פֿון דער היסטאָריע און פּרוּװן זיך אַקעגנצושטעלן הײַנטיקע רדיפֿות? צי גאָר לעבן מיט אַ כּסדרדיקער מורא פֿאַר קומענדיקע חורבנות, אָפּגעהיט זאָל מען זײַן?
אָט קענט איר לייענען אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿון וויזלטירס ליד:
טאַטע־מאַמע זײַנען געגאַנגען אין קינאָ
אילנה זיצט איינע אַלײן אין פֿאָטעל און קוקט אין אַ גרױ בוך אַרײַן
זי בלעטערט, פֿעטערס נאַקעטע
לױפֿן אום, אַזױנע נאַקעטע און דאַרע,
און אױך מומעס מיט די הינטנס אין דרױסן
און נאָך לײַט מיט פּיזשאַמעס װי אין טעאַטער
און מגן־דודס פֿון שטאָף.
און אַלע זײַנען זײ אַזױנע מיאוסע און דאַרע,
און די אױגן גרױסע װי בײַ אַ פֿױגל.
ס׳איז שרעקלעך מאָדנע און אַזױ גרױ. נאָר אילנה האָט זיך בלײַפֿעדערס רױטע
און בלױע און גרינע און געלע און ראָזע.
גייט זי אין איר צימער
און ברענגט די אַלע שײנע בלײַפֿעדערס
און מיט גרױס חשק צײכנט זי
פֿאַר אַלעמען ברילן און קאָמישע פּנימער
און ספּעציעל דעם דאַרן קינד מיטן פּליך
מאַכט זי ריזיקע רױטע װאָנצעס אַזױנע
און אױפֿן עק פֿון דער װאָנצע זיצט אַ פֿױגל.
איבערגעזעצט פֿון פֿיליפּ שװאַרץ
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO