Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער וווּקס פֿון אַנטי־ציוניזם צווינגט זשורנאַליסט איבערצוקלערן זײַן לינק־געשטימטע ייִדישע אידענטיטעטRise in anti-Zionism forces journalist to rethink his leftist Jewish identity

מײַקל גאַװענדאַס אױטאָביאָגראַפֿיע איז אַ נוצלעכער װעגװײַזער פֿאַר די הײַנטיקע װיכּוחים װעגן ישׂראל, ציוניזם און ייִדישקײט

ישׂראלס מלחמה קעגן כאַמאַס האָט נאָך שטאַרקער פֿאַרטיפֿט די שפּאַלטונג צװישן צװײ מינים ייִדן: די, װאָס שטיצן מדינת־ישׂראל און די, װאָס האַלטן זיך פֿאַר קעגנערס פֿון ציוניזם. די דאָזיקע פּראָבלעם איז די הױפּטטעמע אין דער אױטאָביאָגראַפֿיע פֿונעם פּראָמינענטן מעלבורנער זשורנאַליסט מײַקל (משה) גאַװענדאַ.

ער עפֿנט זײַן בוך „מײַן לעבן װי אַ ייִד“ מיט אַ רעלאַטיװ פֿרישן פּערזענלעכן קאָנפֿליקט, װען ער האָט געבראָכן זײַן לאַנג־יאָריקע פֿרײַנדשאַפֿט מיט זײַן נאָענטער קאָלעגין לויִז אַדלער. די סיבה איז געװען אַ פּאָליטישע׃ אַדלער האָט אונטערגעשריבן אַ קאָלעקטיװן בריװ, װאָס האָט באַשולדיקט מערבֿדיקע זשורנאַליסטן אין דעם, װאָס זײערע באַריכטן װעגן דעם מצבֿ אין ארץ־ישׂראל זײַנען פּניותדיק און שפּיגלען ניט אָפּ די פּאָזיציע פֿון די פּאַלעסטינער. דערנאָך האָט זי פּובליקירט אין איר פֿאַרלאַג אַ בוך, װאָס האָט געטענהט, אַז די „ישׂראלדיקע לאָבי“ פֿאַרמאָגט אַ פֿולע שליטה איבער דער פּרעסע און לאָזט ניט דרוקן מאַטעריאַלן קעגן ישׂראל.

גאַװענדאַ האָט געהאַלטן אַזוינע באַשולדיקונגען פֿאַר ניט־יושרדיקע און ניט־געשטיצטע דורך די פֿאַקטן; ממש אַ ברוך פֿון דער זשורנאַליסטישער עטיק. װען ער האָט געפּרוּװט אױסצוקלאָרן דאָס מיט אַדלער, האָט זי פּשוט ניט געענטפֿערט אױף זײַנע טענות. דער דאָזיקער פֿאַל האָט אים באַווירקט צו באַטראַכטן פֿון דאָס נײַ זײַן לעבן בכּלל און זײַן באַציִונג צו ציוניזם און מדינת־ישׂראל בפֿרט. זײַן אױטאָביאָגראַפֿיע איז אַרױס אין 2023 און איז זײער שײכותדיק פֿאַרן הײַנטיקן היסטאָרישן מאָמענט.

מײַקל, צו איין יאָר, אינעם די־פּי־לאַגער וווּ ער איז געבוירן געוואָרן. לינקס: זײַן צוקונפֿטדיקער שוואָגער, העניעק. רעכטס: העניעקס אַ חבֿר Courtesy of Michael Gawenda

גאַװענדאַ איז געבױרן געװאָרן אין 1947 אין אַ די־פּי לאַגער אין עסטרײַך בײַ לעבן געבליבענע פֿונעם חורבן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. פֿאַר דער מלחמה איז זײַן טאַטע געװען אַן אָרעמער װעבער אין לאָדזש און געהערט צום „בונד“. אין מעלבורן איז זײַן זון מײַקל אױפֿגעװאַקסן אין דער ייִדיש־רעדנדיקער לינק־געשטימטער װעלטלעכער סבֿיבֿה, געגאַנגען אין דער באַקאַנטער שלום־עליכם טאָגשול און פֿאַרבראַכט זומערצײַט אין אַ בונדיסטישן קעמפּ.

יונגערהײט האָט ער געהאַט אַ קנאַפּן אינטערעס אין ייִדישקײט און ישׂראל, כאָטש אַ טײל פֿון זײַן משפּחה האָט זיך באַזעצט אין ישׂראל נאָך סוף־1940ער יאָרן. אַזױ אַרום איז גאַװענדאַ קײן מאָל ניט געװען קיין ציוניסט, כאָטש קײן שׂינאה צו ציוניזם און ציוניסטן איז אין דער בונדיסטישער סבֿיבֿה ניט געװען. זײ האָבן געגלױבט אין ייִדיש און „דאָיִקײט“, דעם ייִדישן קיום אין יענע לענדער, װוּ ייִדן האָבן געוווינט.

הײַנט אָבער, שרײַבט גאַװענדאַ, האָט דער באַגריף פֿון ציוניזם באַקומען אַ „נײַעם, פֿינצטערן באַטײַט, און יעדער ייִד אין די תּפֿוצות מוז אױסקלײַבן, װאָס פֿאַר אַ מין צעטל איז מער פּאַסיק פֿאַר זײַן אידענטיטעט.“ מיט יאָרן צוריק — שרײַבט ער — איז דער ענין ציוניזם געװען אַ טעמע פֿאַר אינעװײניקע װיכּוחים צװישן ייִדן. די ציוניסטן האָבן געגלױבט, אַז אַ ייִדישע מלוכה װעט לײזן אַלע ייִדישע צרות, בעת זײערע קעגנער האָבן געהאַט גרויסע ספֿקות.

מײַקל גאַווענדאַס טאַטע לייענט פֿון יהואשעס חומש אויף ייִדיש פֿאַר זײַנע קינדער, מײַקל און ריווע, 1959 Image by

„מיר האָבן קײן מאָל ניט דעבאַטירט, צי ישׂראל איז אַ ראַסיסטישע אָדער קאָלאָניאַלע מדינה,“ שרײַבט ער. איצט אָבער ווערט אַפֿילו דאָס רעכט פֿון מדינת־ישׂראל צו עקזיסטירן געשטעלט אונטער אַ פֿרעגצײכן, בפֿרט בײַ די לינקע קרײַזן אין אײראָפּע און אַמעריקע. די אַמאָליקע בונדיסטן און לינקע ציוניסטן פֿילן הײַנט לגמרי אױסגעשלאָסן פֿון זײער לינקער פּאָליטישער „הײם“, סײַדן זײ װערן אײַנשטימיק מיט דער ראַדיקאַלער דעה אַז ציוניזם איז אַ מין ראַסיזם און קאָלאָניאַליזם.

גאַװענדאַ מאַכט אַ מין רעװיזיע פֿון זײַן װעלטבאַנעם, װאָס ער האָט געירשנט פֿון דער בונדיסטישער סבֿיבֿה אין מעלבורן. מען האָט גענוצט ייִדיש אין דערציִונג װי אַ מיטל אַרײַנצופֿלאַנצן אין די קינדער הומאַניסטישע װערטן. זײער ייִדיש איז געװען „װעלטלעך, אוניװערסאַליסטיש און פּאָליטיש לינק־געשטימט“. דער דאָזיקער מין ייִדיש־לשון איז געװען גאַנץ אַנדערש פֿון דער שפּראַך פֿון די ייִדישע „קלאַסיקער“, װאָס איז געװען טיף אײַנגעװאָרצלט אין ייִדישקײט און געפּאַקט מיט לשון־קודשדיקע װערטער.

הײַנט, שרײַבט גאַװענדאַ, איז ייִדיש פּאָפּולער געװאָרן צװישן לינקע ייִדישע אַקטיװיסטן, אַנטי־ציוניסטן און אַנטי־ראַסיסטן. „ייִדיש איז ׳גוט׳ װײַל דאָס איז ניט קײן נאַציאָנאַלע שפּראַך אָדער אַ שפּראַך פֿון די מאַכטהאָבערס. ייִדיש איז אַ שפּראַך, װאָס די ציוניסטן האָבן אַסאָציִיִרט מיטן גלות און מיט דער ייִדישער הילפֿלאָזיקײט.“ אָבער אינעם לעצטן קאַפּיטל פֿון זײַן בוך שרײַבט ער, אַז ער װיל זיך טאַקע אומקערן צו ייִדיש, לײענען ייִדישע ביכער און אפֿשר דעם תּנ״ך אין ייִדיש. ער װיל אַרײַנברענגען מער ייִדישן תּמצית אין זײַן ירושה פֿון װעלטלעכער ייִדישקײט.

דער אַמאָליקער בונדיסטישער ייִדישיסטישער מין ייִדישקײט איז מער ניט פּאַסיק פֿאַר הײַנטיקע צײַטן, האַלט גאַװענדאַ. אין זײַנע זוכענישן נאָך אַנדערע שיטות פֿון ייִדישן געדאַנק לײענט ער איבער די װערק פֿון פֿאַרשײדענע ייִדישע שרײַבער און דענקער, אַזעלכע װי דאַראַ האָרן, האָואַרד דזשײקאָבסאָן, חנה אַרענדט און גרשום שלום. ער איז מסכּים מיט דאַראַ האָרנס אידעע, אַז די װעלט האָט ליב טױטע ייִדן, װײַל מען קען האָבן רחמנות אױף זײ װי אומשולדיקע קרבנות. אָבער װען עס קומט צו די לעבעדיקע ייִדן, בפֿרט אַזעלכע, װאָס קעמפֿן פֿאַר זײער מלוכישן קיום, קען די װעלט דאָס ניט מוחל זײַן.

אַזױ װי אַ היפּשע צאָל ייִדישע אינטעלעקטואַלן הײַנט־צו־טאָג, פֿילט זיך גאַװענדאַ געצװוּנגען צו באַטראַכטן פֿון דאָס נײַ דעם סאַמע עצם פֿון דער ייִדישער אידענטיטעט. װוּ האַלט מען זיך לגבי ישׂראל און לגבי דער אַנטי־ציוניסטישער קאַמפּאַניע? װאָס מײנט ציוניזם הײַנט־צו־טאָג? אַ נאַציאָנאַלע באַפֿרײַונג־באַװעגונג אָדער אַ מין קאָלאָניאַליזם? װי נאָענט איז אַנטי־ציוניזם מיט שׂינאת־ישׂראל? די דאָזיקע קשיות װערן אַרומגערעדט אין פֿאַרשײדענע ייִדישע קרײַזן, און גאַװענדאַס אױטאָביאָגראַפֿיע קען דינען װי אַ נוצלעכער װעגװײַזער.

Dive In

    Explore

    Most Popular

    In Case You Missed It

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.