די פֿיר בנים וואָס לעבן אין מירThe Four Sons that live in me
אַמאָל העלפֿן זיי מיר שטײַגן, און אַמאָל האַלטן זיי אָפּ מײַן פֿאָרויסגיין.
איבערגעזעצט פֿון העברעיִש פֿון אלי שאַרפֿשטיין
וועגן פֿיר בנים דערציילט אונדז די תּורה. איך פֿאַרבעט אײַך זיך צו באַקענען מיט די פֿיר בנים, וואָס לעבן אין מיר.
פֿיר בנים. אַמאָל העלפֿן זיי מיר שטײַגן, און אַמאָל האַלטן זיי אָפּ מײַן פֿאָרויסגיין. נאָר אַלע פֿיר ווילן פֿאַר מיר דאָס בעסטע, און טוען אַלץ מיך צו פֿאַרהיטן.
אַלע מאָל, ווען איך וויל אָנהייבן עפּעס א נײַע זאַך, אַ נײַעם פּראָיעקט, מאַכט דער רשע אַ געוואַלד: „טו ניט, דו ביסט נישט קיין מומחה, ס’איז נישט ווערט דײַן אַרבעט, אַ שאָד דײַנע כּוחות, דו ביסט שוין נישט אַזוי יונג.“
דער, וואָס ווייסט נישט וואָס צו פֿרעגן, ער רעדט מיט אויסרוף צײַכנס. זײַן לשון־אוצר איז פֿול מיט ווערטער ווי: „זיכער! אַוודאי! נישטאָ קיין ספֿק! מיר איז אַלץ קלאָר!“ ער מיינט, אַז ער מאַכט מיך שטאָלצער ווען ער וויל פֿאַרשטאַרקן מײַן „איך“, מײַן עגאָ. ער קריטיקירט, מישפּט און האָט קיין מאָל נישט קיין טעות.
דעם תּם האָב איז זיך אויסגעלערנט ליב צו האָבן נאָר דאַן, ווען איך האָב אַוועקגעשיקט די ערשטע צוויי זיך אָפּרוען אַ ביסל. דער תּם האָט נישט מורא צו פֿרעגן קשיות. ער האָט נישט קיין עגאָ, און יעדעס מאָל איז ער גרייט אויסצוהערן אַ קריטיק. ער שטעלט פֿאָר אין פּאָזיטיווע פֿאַרבן די פּוסטע העלפֿט פֿונעם גלאָז, וואָס איז תּמיד גרייט זיך אָנצואָנפֿילן.
דער חכם איז דער קאָמפּליצירטסטער פֿון אַלע. ער איז אַ שעפֿעריש „שייגעצל“, אָבער אויך באַקלערט און מיושבֿדיק. ער דערלויבט זיך צו פֿליִען אין ווײַטע האָריזאָנטן, אָבער באַצײכנט די צילן און אויפֿגאַבן. ער הערט זיך צו צו דעם רשע, לערנט יענעם, וואָס ווייסט ניט וואָס צו פֿרעגן, און שטיצט זיך מיטן תּם, כּדי צו גלויבן און טרוימען.
זאַלבע פֿיר הערן זיך זיי צו, איינער צום אַנדערן, און אַלע צוזאַמען זײַנען זיי… איך.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO