ווידעאָ: פֿאַר וואָס מײַן בוך וועגן מײַן אייגענעם יציאת־מצרים וועט זײַן אויף ייִדישVideo: Why my book about my own ‘Exodus’ from the Hasidic community will be in Yiddish
אין דעם ווײַטערדיקן קליפ קענט איר הערן באריכות פארוואס איך שרייב נישט מיין ערשטע אויפלאגע אויף ענגליש, ווי אויך פאר וואס איך האב געגעבן דעם בוך אזא טיטל.
כ’האב אויך אנגעשריבן א ליד פאר די וואס קלערן אז זייערע איבערלעבענישן זענען נישט ווערט צו פארשרייבן. האפנטליך וועט מיין ליד זיי אויך געבן חיזוק צו טאן וואס עס ליגט זיי אין הארצן:
געזעסן בין איך ביים פענסטער,
אין אוטובוס אויפ׳ן וועג אהיים,
אויף מיין שויס געלעגן א ביכל
פון א זינגערין וואס האט באקומען א „שם“.
די גאנצע וועלט האט געשמועסט,
וועגן איר גרויסן דורכפאל,
איר מאַן האט זי פארראטן,
ס׳איז איר געווען ביטער ווי די גאַל.
נאכדערצו: מיט איר בעסטע פריינד,
וואס איז געווען איר קאנפידאנט,
געשפילט האט יענע ווי א ״שלום בית-מאכער״ גאָר
בארוהיגט אירע זארגן [ווען זי האט געטראכט] ״אז עפעס גייט פאָר״.
כ׳האב זייער געוואלט ליינען איר מעמואר
פארשטיין וויאזוי זי האט זיך געהיילט פון אזא צער
פארלוירענע צוטרוי – האט היימיש געשפירט,
דער טעם ווען איינער וויל אין רוקן אריינשטעכן א שפיז…
די הקדמה האט אין מיר אנגעצינדן
א פלאם וואס כ׳האב נישט געוואוסט איז אין מיר
זי האט דערציילט ווי וויכטיג פאר יעדן באזונדער
צו פארשרייבן אלץ וואס זיי האבן דורכגעלעבט — אויף פאפיר.
אפילו אויב דו ווילסט נישט די וועלט זאל עס ליינען,
כאטש פאר דיינע נאנטע פריינט און משפחה,
וועט זיין א געשאנק נאך 120,
פון דיינע איבערלעבענישן לערנען הדרכה.
יענעם טאג אויפ׳ן באס האב איך איינגעזעהן,
אז ס׳נישט קיין חילוק וויפיל מענטשן וועלן עס קויפן,
מיין געשיכטע איז ווערד צו ווערן אראפגעשריבן,
זי האט מיר געהאלפן זעהן ביכער אויף אן אנדערן אופן.
אויב עס קען העלפן אפילו איין מענטש,
און מאכן גרינגער זייער לעבן,
וויאזוי קען איך זיך אפזאגן –
אזא מתנה צו געבן?
דערפאר טאקע האב איך באשלאסן,
אויף אידיש מיינע זכרונות צו שרייבן,
זאל כאטש פון אלע טרערן פארגאסן,
עפעס גוטס פאר א צווייטן בלייבן!
מיין פערזענליכע גאולה,
פון ענגשאפט לחירות
איז געקומען נאך פיל מכות
און יעצט עס איך די פירות
מיין ציל איז
אז אנדערע זאלן נישט דארפן ליידן
ס׳איז א זמן חריתינו –
און העלפן א צווייטן פילט פאר מיר ווי טעם גן עדן!
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor