Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווידעאָ: פֿאַר וואָס מײַן בוך וועגן מײַן אייגענעם יציאת־מצרים וועט זײַן אויף ייִדישVideo: Why my book about my own ‘Exodus’ from the Hasidic community will be in Yiddish

שפֿרה־קריינדל לאָווען האָפֿט אַז איר בוך וועט העלפֿן סײַ חסידים וואָס ווילן בלײַבן אין דער קהילה, סײַ די וואָס ווילן אַוועק

דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אינעם חסידישן ייִדיש.

פסח איז א יום טוב און טראדיציע ווי יעדער איד דערציילט וועגן די נסים וואס זיי האבן בייגעלעבט. ווי אויך איז עס א צייט ווען מ׳איז מחיוב זיך פארצושטעלן וויאזוי מ׳וואלט געפילט אויב מ׳וואלט היינט ארויס פון מצרים (דאס שטייט דאך אין די הגדה).

אבער פאר מיר איז נישט שווער זיך פארצושטעלן ווייל נאך דעם ווי איך מיט מיין מאן און קינדער האבן פארלאזט טאש האב איך געפילט אין מיינע אייגענע ביינער די זיסע טעם פון גאולה.

אין דעם ווײַטערדיקן קליפ קענט איר הערן באריכות פארוואס איך שרייב נישט מיין ערשטע אויפלאגע אויף ענגליש, ווי אויך פאר וואס איך האב געגעבן דעם בוך אזא טיטל.

כ’האב אויך אנגעשריבן א ליד פאר די וואס קלערן אז זייערע איבערלעבענישן זענען נישט ווערט צו פארשרייבן. האפנטליך וועט מיין ליד זיי אויך געבן חיזוק צו טאן וואס עס ליגט זיי אין הארצן:

געזעסן בין איך ביים פענסטער,
אין אוטובוס אויפ׳ן וועג אהיים,
אויף מיין שויס געלעגן א ביכל
פון א זינגערין וואס האט באקומען א „שם“.

די גאנצע וועלט האט געשמועסט,
וועגן איר גרויסן דורכפאל,
איר מאַן האט זי פארראטן,
ס׳איז איר געווען ביטער ווי די גאַל.

נאכדערצו: מיט איר בעסטע פריינד,
וואס איז געווען איר קאנפידאנט,
געשפילט האט יענע ווי א ״שלום בית-מאכער״ גאָר
בארוהיגט אירע זארגן [ווען זי האט געטראכט] ״אז עפעס גייט פאָר״.

כ׳האב זייער געוואלט ליינען איר מעמואר
פארשטיין וויאזוי זי האט זיך געהיילט פון אזא צער
פארלוירענע צוטרוי – האט היימיש געשפירט,
דער טעם ווען איינער וויל אין רוקן אריינשטעכן א שפיז…

די הקדמה האט אין מיר אנגעצינדן
א פלאם וואס כ׳האב נישט געוואוסט איז אין מיר
זי האט דערציילט ווי וויכטיג פאר יעדן באזונדער
צו פארשרייבן אלץ וואס זיי האבן דורכגעלעבט — אויף פאפיר.

אפילו אויב דו ווילסט נישט די וועלט זאל עס ליינען,
כאטש פאר דיינע נאנטע פריינט און משפחה,
וועט זיין א געשאנק נאך 120,
פון דיינע איבערלעבענישן לערנען הדרכה.

יענעם טאג אויפ׳ן באס האב איך איינגעזעהן,
אז ס׳נישט קיין חילוק וויפיל מענטשן וועלן עס קויפן,
מיין געשיכטע איז ווערד צו ווערן אראפגעשריבן,
זי האט מיר געהאלפן זעהן ביכער אויף אן אנדערן אופן.

אויב עס קען העלפן אפילו איין מענטש,
און מאכן גרינגער זייער לעבן,
וויאזוי קען איך זיך אפזאגן –
אזא מתנה צו געבן?

דערפאר טאקע האב איך באשלאסן,
אויף אידיש מיינע זכרונות צו שרייבן,
זאל כאטש פון אלע טרערן פארגאסן,
עפעס גוטס פאר א צווייטן בלייבן!

מיין פערזענליכע גאולה,
פון ענגשאפט לחירות
איז געקומען נאך פיל מכות
און יעצט עס איך די פירות

מיין ציל איז
אז אנדערע זאלן נישט דארפן ליידן
ס׳איז א זמן חריתינו –
און העלפן א צווייטן פילט פאר מיר ווי טעם גן עדן!

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.