פּסח װי אַ ייִדישיסטישער יום־טובֿPesach as a Yiddishist holiday
געוויסע פּסחדיקע סדר־נוסחאָות שטאַמען טאַקע פֿון ייִדיש.
אַ טייל פֿון אײַך ווייסן אפֿשר אַז דער 21סטער פֿעברואַר איז בײַ דער יו־ען פֿאַררעכנט פֿאַרן „אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון מוטער־שפּראַכן‟. וואָס שייך ייִדיש, קענען מיר זאָגן, אַז אונדזער אייגענער „נאַציאָנאַלער טאָג פֿון מאַמע־לשון‟ איז פּסח – צוליב דער רײַכער קולטור־ירושה, וואָס פֿאַרבינדט דעם דאָזיקן יום־טובֿ דווקא מיט ייִדיש.
אין דער תּורה שטייט געשריבן אין שײַכות מיטן חג־הפּסח: „והגדתּ לבֿנך ביום ההוא לאמר‟ – „און דערצייל דײַן זון אין דעם דאָזיקן טאָג‟. אַ וויכטיקער טייל פֿון אָט דער מיצווה באַשטייט אין דעם, וואָס דערציילן קינדער וועגן דער יציאת־מצרים מוז מען אויף אַ פֿאַרשטענדלעכן און טשיקאַוון אופֿן, זיי זאָלן אַלץ גוט געדענקען. די ערשטע פֿראַזע אין דער הגדה, „הא לחמא עניא‟ („דאָס איז דאָס ברויט פֿון אָרעמשאַפֿט‟) איז דווקא אויף אַראַמיש, ווײַל אַמאָל איז דאָס געווען דאָס מאַמע־לשון פֿון ס׳רובֿ ייִדן.
דער גרויסער ייִדישער פֿאָלקלאָריסט משה בערעגאָווסקי (1892 – 1961) האָט אַ מאָל באַטאָנט, אַז אין דער סדר־נאַכט שטעקט אַ גאַנצע טעאַטראַלישע טראַדיציע: מע טרינקט די אַרבע־כּוסות אָנגעלענט, מע פֿרעגט די פֿיר קשיאות, די קינדער גנבֿענען צו דעם אַפֿיקומן, מע זינגט און מע פֿאַרבעט אין שטוב אליהו־הנבֿיא. די אַראַמישע עלעמענטן פֿון דער הגדה זענען קאַנאָניזירט געוואָרן, נאָר דער עולם האָט במשך פֿון דורות צוגעגעבן אַ סך הוספֿות אויף ייִדיש, וואָס זענען אין אַ טייל קהילות, בפֿרט בײַ די חסידים, געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿונעם סדר. אַדרבה, אַ ריי לשון־קודשדיקע פּסחדיקע נוסחאָות, ווײַזט אויס, שטאַמען טאַקע פֿון ייִדיש: „חד־גדיא‟, „אַדיר הוא‟ און „אחד מי יודע‟.
אַן אַנדער וויכטיקער נוסח איז דער ייִדישער וואַריאַנט פֿון די פֿיר קשיות. אין אַ סך לשונות אַרום דער וועלט איז פֿאַראַן אַ וואָקאַטיוו – אַ ספּעציעלע פֿאָרעם פֿון ווערטער, וואָס ווערט גענוצט, ווען מע ווענדט זיך צו עמעצן. אין אַ פֿולן פֿאַרנעם איז אויף ייִדיש נישטאָ אַזאַ בייגפֿאַל, נאָר בײַם ספֿר טרעפֿן מיר אַ וואָקאַטיוון אויסדרוק: „טאַטע־לעבן, איך וויל דיך פֿיר קשיאות פֿרעגן‟. „לעבן‟ איז אין דעם פֿאַל נישט אַן אומאָפּהענגיק וואָרט, נאָר גיכער אַ סופֿיקס, וואָס ווערט באַנוצט בײַם ווענדן זיך צו עמעצן מיט כּבֿוד און ווינטשן אים אַריכות־ימים. ווען איז דער דאָזיקער נוסח אויפֿגעקומען, ווייסן מיר נישט גענוי, נאָר מיר קאָנען זיך משער זײַן, אַז אַ געוויסער גערמאַנישער וואַריאַנט פֿון די פֿיר קשיאות איז שוין געווען באַקאַנט אין דער סאַמע בראשיתדיקער תּקופֿה פֿון ייִדיש – מיט אַ טויזנט יאָר צוריק צי אַפֿילו נאָך פֿריִער.
צי האָבן די ערשטע אַשכּנזים פּשוט גערעדט אויף אַלט־דײַטשיש? אין אַ באַקאַנטן מדרש ווערט באַטאָנט, אַז ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים, ווײַל זיי האָבן נישט געביטן זייער לשון. דער מונקאַטשער רבי חיים־אלעזר שפּיראָ, באַקאַנט ווי דער מנחת־אלעזר, איז מסביר, אַז ייִדן אין מצרים האָבן גערעדט אויף אַ מין ייִדיש – זייער אייגענעם דיאַלעקט פֿון מצרים. אויב די ערשטע אַשכּנזים האָבן גערעדט אויף אַלט־דײַטשיש, נאָר מיט אַזעלכע ספּעציפֿישע ווערטער, ווי „קשיאות‟, „מצה‟ און „מרור‟, האָבן זיי שוין דעמאָלט פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿון אַן אייגנאַרטיקער שפּראַך, וועלכע האָט זיך שפּעטער פֿאַרוואַנדלט אין אונדזער הײַנטיקן ייִדיש.
על־פּי חסידות קאָן דאָס עצם־וואָרט „פּסח‟ אָפּגעטײַטש ווערן ווי „פּה־סח‟ – „דאָס מויל, וואָס דערציילט‟. עטלעכע מאָל האָב איך פֿאַרבראַכט דעם סדר בײַ סאַטמאַרער און טאָשער חסידים, וווּ מע דערציילט און לייענט מעשׂיות וועגן פֿאַרשיידענע צדיקים אָן אַ סוף, ממש ביזן צווייטן טאָג, אינגאַנצן איגנאָרירנדיק די הלכה, אַז דעם אַפֿיקומן מוז מען אויפֿעסן ביז חצות. אַזאַ מינהג פֿאַרוואַנדלט דעם סדר טאַקע אין אַ מין „ייִדישיסטישער עבֿודה‟; קליינע קינדער ווערן אַנטשלאָפֿן בײַם טיש הערנדיק אומצאָליקע דערציילונגען אויף זייער – אין דעם פֿאַל איז בעסער צו זאָגן – טאַטע־לשון.
„חד־גדיא‟ און „אחד מי יודע‟ באַווײַזן זיך צום ערשטן מאָל אין דער פּראָגער הגדה פֿון 1590. ביידע זמירות זענען שוין דעמאָלט געווען באַקאַנט אויף ייִדיש, און שטאַמען, לויט אַלע סימנים, פֿון אַלטע דײַטשישע פֿאָלקס־לידער, וואָס ייִדן האָבן איבערגעמאַכט און פֿאַרייִדישלעכט. ווײַזט אויס, אַז עפּעס אַן אומבאַקאַנטער אַשכּנזישער פּייטן האָט צוגעטראַכט דעם אַראַמישן נוסח פֿון „חד־גדיא‟, כּדי דאָס ליד זאָל קלינגען ווי אַן אָרגאַנישער חלק פֿון דער הגדה און פֿאָרט האָבן אַ פֿאָלקישן טעם: ווי געזאָגט, זענען ייִדישע דיאַלעקטן פֿון אַראַמיש אַמאָל געווען די ייִדישע אומגאַנג־שפּראַך. אין אַ טייל חסידישע משפּחות זיגנט מען נאָך אַלץ דעם מערבֿדיקן אַלט־ייִדישן וואַריאַנט מיט די ווערטער „איין ציקליין, איין ציקליין‟ („אַ ציגעלע, אַ ציגעלע‟). „אחד מי יודע‟ איז אויך אָנגעשריבן אויף אַ געמיש פֿון לשון־קודש און לשון־תּרגום.
אַ סך הײַנטיקע חסידים זינגען בײַם סדר־טיש דאָס אוראַלטע ליד „אַלמעכטיקער גאָט, נון בוי דײַן טעמפּל שירה‟ („באַלד בוי דײַן טעמפּל, גיך‟), וואָס שטאַמט פֿונעם 15טן יאָרהונדערט, אויב נישט נאָך פֿריִער, און איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין דער פּראָגער הגדה פֿון 1526. ווידער, זעט עס אויס ווי אַ פֿאַרייִדישטע ווערסיע פֿון אַלטע דײַטשישע לידער. דער ייִדישער נוסח איז אַמאָל געווען באַקאַנט בײַ די טשעכישע און סלאָוואַקישע ייִדן ווי דאָס „בוי־געזאַנג‟ – גאָר אַ וויכטיקער טייל פֿון דער סדר־נאַכט. דער לשון־קודשדיקער פּיוט „אַדיר הוא‟ איז, לויט אַלע סימנים, אַן איבערזעצונג פֿון אָט דעם אַלט־ייִדישן ליד. אויך אינטערעסאַנט איז װאָס אָט די ייִדישע הוספֿות צו דער הגדה זענען אַריבער אין אַ באַהאַלטענער פֿאָרעם צו די ספֿרדים און מיזרחדיקע ייִדן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO