Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

איך זוך אַ מאַן וואָס איז נישט אײַנגעבויגן!Seeking a man with good posture!

„ער מוז נישט זײַן שיין אָבער ער מוז שטיין גלײַך!“ שרײַבט חנה־פֿײַגל טערטלטויב אינעם דריטן טייל פֿון איר הומאָריסטישער סעריע

די דערציילונג איז טייל פֿון אַ זאַמלונג עסייען פֿון דער פּרעכטיקער פֿאָרווערטס־שרײַבערין חנה־פֿײַגל טערטלטויב ז״ל, וואָס מיר האָבן אָנגעהויבן איבערדרוקן אין איר אָנדענק זינט איר דריטן יאָרצײַט אין 2023. כּדי צו לייענען אירע אַנדערע עסייען, גיט אַ קוועטש דאָ.

ס׳איז אין גאַנצן אַ נײַע וועלט. מענטשן פֿאָרלאָזן זיך מער נישט אויף אַנדערע: מע נעמט זיך אַליין אין די הענט אַרײַן.

אַקעגן וואָס זאָג איך דאָס? אַקעגן דעם אַז כ׳האָב באַשלאָסן אויסצומײַדן דעם סרסר, דאָס הייסט דער מענטש אין דער מיט: די שדכנטע. די מלכּה פֿון דער לעצטער מעשׂה איז אַליין געווען עפּעס נישט מיט אַלעמען מיך צו נאַרײַען אַזאַ טשודאַק ווי דער לעצטער שידוך, דעם פּסיכיאַטאָר וואָס עס האָט אים אויך געפֿעלט אַ קלעפּקע.

איך בין נישט קיין פּיצל קינד. כ׳בין דאָך אַליין אַ שדכנטע און וועל זיך שוין אַן עצה געבן. ערשט האָב איך געקוקט דורך די מיטגלידער פֿון דער אינטערנעץ שידוך־אָרגאַניזאַציע „זיווג.“ כ׳האָב געבעטן מע זאָל מיר געפֿינען איינעם ביז פֿינף יאָר ייִנגער אָדער ביז פֿינף יאָר עלטער פֿון מיר. כ’וואָלט טאַקע געוואָלט אַ ייִנגערן, אָבער ווער ווייסט וואָס ס׳וועט זיך אָפּזוכן ווען מ׳וואַרפֿט אַ נעץ אַרײַן אין ים.

אינטעליגענט מוז ער זײַן. כ׳האָב שוין שלום געמאַכט מיט דעם אַז ער מוז נישט זײַן שטאַרק שיין, ווײַל די מאַמע פֿלעגט זאָגן, אַז פֿאַר דער חתונה דאַרף מען פֿאַרמאַכן אַן אויג. מע דאַרף זוכן אַ גוט האַרץ און אויסמײַדן אַ קאַרגן ווי דער טויט. נאָר אויף איין זאַך האָב איך זיך פֿעסט געשטעלט: ער מוז שטיין גלײַך! כ׳האָב שוין געהאַט גערעדט מיט אַ מאַן אין באָסטאָן, וואָס איז מיר געפֿעלן טעלעפֿאָניש, און מיר האָבן געהאַט אינטערעסאַנטע אינטעליגענטע שמועסן, אָבער ווען איך האָב זיך מיט אים געטראָפֿן פּנים־אל־פּנים האָט ער אויסגעזען ממש ווי אַ פֿרעגצייכן; אײַנגעבויגן כּמעט אויף דער העלפֿט. ניט מיט קיין הויקער נאָר מיט אַ געפֿערלעכן סקאָליאָז, אַזוי אַז ווען ער האָט געקוקט גלײַך פֿאַר זיך האָט ער געזען די אייגענע שיך.

בקיצור, מיר האָבן געטרונקען אַ קאַווע און איך האָב אויף אים די גאָנצע צײַט געקוקט מיט רחמנות. נאָך אַ שעה צײַט האָב איך אים געזאָגט, אַז אויב ער וויל מיר קלינגען אַ מאָל איז גוט אָבער ס׳וועט מסתּמא זײַן עטלעכע יאָר ביז כ׳וועל ווידער זײַן אין באָסטאָן. שוין אָפּגערעדט אַז ער קען נישט קומען צו מיר ווײַל צו לאַנג זיצן אויף איין אָרט האָט ער נישט געקענט.

האָב איך געזוכט אַ גלײַכן, און נאָכן דורכגיין אפֿשר צוויי הונדערט פּראָפֿילן האָב איך אים געפֿונען: אַ הויכן, אַ גלײַכן.

ר׳איז געשטאַנען מיטן קאָפּ הויך און די אַקסלען צוריק, ווי אין מיליטער. געלויבט דעם אייבערשטן, אַ גלײַכער. און אַן אַלמן. אָבער מער ווי אַלץ איז מיר געפֿעלן דאָס וואָס ער איז אַ סאָציאַלער אַרבעטער. איך בעט איבער זײַן כּבֿוד: הײַנט רופֿט מען זיי פּסיכאָטערעפּעפֿטן. פּסיכאָ־שמיכאָ! אויפֿן פּראָפֿיל זײַנעם האָט ער געשריבן, אַז ער אַרבעט מיט די משפּחות פֿון קינדער וואָס האָבן ראַק, נישט פֿאַר קיינעם געדאַכט. כ׳האָב טיף אָפּגעאָטעמט און כ׳האָב דערפֿילט ווי אַ שטיין איז מיר אַראָפּ פֿון האַרץ. דאָס איז ער! כ’האָב עס אַזש געפֿילט אין די ביינער.

כ׳האָב געבעטן אַ פֿרײַנדינע, אויך אַ שדכנטע אויף „זיווג“, זי זאָל אים דערציילן וועגן מיר. אַזוי האָט זי געטאָן און זי האָט מיר געזאָגט אַז ער האָט זיך געלעקט די פֿינגער און איך האָב זיך געפֿרייט. הערט נאָר ווי איך האָב זיך טועה געווען.

ווען שמעון, אַזוי האָט ער געהייסן, האָט מיר געקלונגען האָב איך זיך באַלד פֿאַרליבט אין זײַן קול — אַזוי טיף און מאַנצביליש. די באַקן האָבן בײַ מיר געפֿלאַמט. דער קול האָט עפּעס אין מיר דערוועקט און איך האָב נישט אין גאַנצן פֿאַרשטאַנען וואָס גייט אָן מיט מיר. כ׳האָב געהערט וואָס ער רעדט און געענטפֿערט מאָנאָסילאַביש, ווײַל כ׳האָב זיך געפֿילט ווי אונטערן וואַסער. כ׳האָב נאָר געוואָלט ער זאָל נישט אויפֿהערן רעדן. זײַן קול האָט מיך פֿאַרכּישופֿט. „דערצייל מיר אַלץ וועגן זיך,“ האָב איך קוים אַרויסגעקוועטשט.

קיין צווייט מאָל האָב איך נישט געדאַרפֿט בעטן. און ער האָט מיר דערציילט ווי די מאַמע זײַנע איז געשטאָרבן אין קימפּעט, האָט די באָבע אים אויפֿגעהאָדעוועט. אָבער זי איז שוין געווען אַ ביסל עובֿר־בטל און זי האָט אים מורא געהאַט אָנצורירן. ווען ער האָט געוויינט האָט זי אים געגעבן אַ פֿלעשל פּראָשיק־מילך, און דאָס איז אים שווער געווען צו פֿאַרדײען. זי האָט אים נישט איבערגעלייגט, האָט ער נאָך העכער געקוויטשעט. דער טאַטע זײַנער איז געגאַנגען צו דער אַרבעט, האָט ער זיך נישט באַלד געכאַפּט וואָס גייט דאָ אָן. ווען די שכנים האָבן געפּרוּווט אַרײַנקומען בײַ טאָג האָט די בובע זיי אַרויסגעטריבן. צוויי שכנטעס זײַנען געקומען פֿאַרנאַכט ווען דער טאַטע איז שוין געווען אין דער היים און דערנאָך האָט זיך אָנגעהויבן אַ גאַנצע סעריע היטערינס און ניאַנקעס.

די בעסטע ניאַנקע, וואָס ער געדענקט זי נאָך ביז הײַנטיקן טאָג, האָט אים באַרויִקט מיט באַשמירן זײַנע פֿיס מיט מאַסטש. און זי האָט געוואָלט, אַז ער זאָל איר אויך באַשמירן די פֿיס. פֿון דעם האָט זי זייער הנאה געהאַט און האָט געאָכצט און געקרעכצט אויס פֿאַרגעניגן. צום ערשט האָט ער דאָס ניט געוואָלט טאָן, אָבער זי האָט אים געסטראַשעט מיט פּעטש אויב ער טוט דאָס ניט. שפּעטער האָט ער דאָס ליב באַקומען און האָט אַרויסגעקוקט אויף פֿיר אַ זייגער ווען ער קען איר זאַלבן די פֿיס.

„דו געדענקסט דאָס אַלץ?“ איך האָב נאָך געוואָלט הערן זײַן קול. ס׳איז נישט געווען ביז שפּעטער, אַז איך האָב פֿאַרשטאַנען ווי מאָדנע די מעשׂה איז.

„אין שול האָט מען געזען, אַז איך בין אַ ביסל צוריקגעהאַלטן, אַז איך לויף זיך נישט שפּילן מיט די אַנדערע קינדער, האָט מען מיך געשיקט צון אַ פּסיכיאַטאַר און כּדי ער זאָל פֿאַרשטיין אַ וואָסער קינדהייט איך האָב געהאַט האָט ער מיך היפּנאָטיזירט. און איצט איז אַלץ גוט! איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז איך מוז אַרבעטן מיט קראַנקע קינדער און זייערע משפּחות.‟

וואָס לענגער מיר האָבן געשמועסט, אַלץ טיפֿער איז געוואָרן זײַן קול און אַלץ פּאַמעלעכער האָט ער גערעדט, ביז איך האָב זיך דערפֿילט ווי איך ווער אַליין היפּנאָטיזירט. מיט אַ מאָל האָט ער, ווײַזט אויס, געקוקט אויפֿן זייגער און געזאָגט, „אין פֿופֿצן מינוט אַרום מוז איך גיין צום דאָקטער.“

„וואָס איז? ביסט קראַנק?“

„ניין, נישט באמת קראַנק. ער גיט מיר איין מאָל אין וואָך אײַנשפּריצונגען פֿון טעסטאַסטעראָן. אָבער איידער מיר ענדיקן דעם שמועס, וויל איך באַשטימען מיט דיר אַ דאַטע ווען איך קען צו דיר צוקומען.“

„אפֿשר וואָלט געווען בעסער מיר זאָלן זיך טרעפֿן ערגעץ אין אַ קאַפֿע טרינקען אַ קאַווע,“ האָב איך געזאָגט.

„ניין, אין אַ קאַפֿע איז אַלע מאָל דאָ אַ גרויסער טומל, און איך וויל דיר דערציילן אַלץ וועגן זיך ווי דו האָסט מיך געבעטן. דו ביסט אַזאַ איידעלע נשמה, וויל איך דיר דערציילן ווי מײַן ווײַב איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד נישט לאַנג נאָך דער חתונה, און איך וויל דיר זאַלבן די פֿיס. גלייב מיר, וועסט זייער הנאה האָבן. כ׳וועל אָנהייבן מיט די פֿוספֿינגער, און צערטלעך רײַבן, רײַבן ביז דו גייסט כּמעט אויס פֿון תּענוג…“ .

אַזוי ווי מע וואָלט מיך באָגאָסן מיט אַ קיבעל קאַלט וואַסער איז מיר אַ שוידער דורכגעגאַנגען דאָס לײַב. כ׳האָב די צעלקע געגעבן אַ וואָרף, געלאָפֿן אין אַן אַנדער צימער. אַ מורא האָט מיך אַרומגענומען. כ׳האָב באַדעקט דאָס פּנים מיט ביידע הענט און אַנגעהויבן צו כליפּען. רבונו־של־עולם, פֿאַר וואָס קומט עס מיר? צי זײַנען שוין מער נישט געבליבן קיין נאָרמאַלע מענער אויף דער וועלט? מיט וואָס האָב איך אַזוי געזינדיקט? פֿאַר וואָס איז מײַן מאַן געשטאָרבן? וואָס וועט זײַן פֿון מיר?“

און אַזוי רעדנדיק צום אייבערשטן בין איך אַנטשלאָפֿן געוואָרן אין די קליידער. און עס האָט זיך מיר געחלומט, אַז אַלץ וועט נאָך זײַן גוט, האָב איך אין דער פֿרי באַשלאָסן צו פּרוּוון אַ צווייט וועבזײַטל, וואָס הייסט „מזל־טובֿ!“

נו, משנם מקום, משנם מזל? מיר וועלן נאָך זען.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version