נײַע לעבעדיקע טורן פֿון אַלט יפֿו־תּל־אָבֿיבֿ וועגן איר אָרטיקער ייִדיש־געשיכטע New lively literary tours of Old Jaffa-Tel Aviv’s Yiddish history
יעד בירן דערציילט וועגן די היסטאָרישע ערטער, בעת אסתּי נסים זינגט אָדער שפּילט עס אויס.
די ישׂראלדיקע ייִדיש־טוער אסתּי נסים און יעד בירן זענען לעצטנס אַרויס מיט אַ נײַעם „דראַמאַטישן טור“.
ביז איצט האָט יעד אַליין געפֿירט אָרגאַניזירטע טורן פֿון פֿאַרשיידענע ערטער וואָס האָבן צו טאָן מיט דער געשיכטע פֿון ייִדיש אין ישׂראל. דער נײַער איניציאַטיוו איז אַ מין שידוך צווישן „אסתּרס קאַבאַרעט“ און יעדס אָרגאַניזירטע טורן. יעד דערציילט וועגן די היסטאָרישע ערטער, און אסתּי שפּילט אָדער זינגט. איך בין טאַקע אַ פֿאַרברענטער חסיד פֿון זיי ביידן. פֿון דעסטוועגן קאָנט איר מיר גלויבן אז דאָס איז די בעסטע און די שענסטע פּיעסע אין שטאָט.
די נײַע פּראָגראַם קומט פֿאָר אין אַלט-יפֿו, אויף דער גרענעץ מיט תּל-אָבֿיבֿ, און עס שטרײַכט טאַקע אונטער די באַציִונגען צווישן דער אַלטער אַראַבישער שטאָט יפֿו און דער נײַער שטאָט תּל-אָבֿיבֿ. דער טור אין אַלט-יפֿו דערציילט וועגן דעם צײַטאָפּשניט פֿון 1948 ביז די זעכציקער יאָרן, ווען אַ סך עולים, צווישן זיי — די שארית-הפּליטה, זײַנען אַהין געקומען און זיך באַזעצט אין די ליידיקע, האַלבע חרובֿע הײַזער פֿון די אַראַבער. אין דער זעלבער צײַט איז יפֿו געוואָרן אַ צענטער פֿון אַלטע-נײַעם ייִדישן לעבן, מיט ייִדישע קינאָס, טעאַטערס אאַז״וו.
מיט דער צײַט האָבן די עולים פֿאַרלאָזט אַלט-יפֿו און דזשעבעליִאַ, די פֿאָרשטאָט וואָס דער ייִדישער שרײַבער יצחק פּערלאָוו האָט געשילדערט אינעם ראָמאַן אונטער דעם זעלביקן נאָמען. אין יפֿו האָט זיך אויך באַזעצט די אונטערוועלט. אויב תּל-אָבֿיבֿ איז די ווײַסע, מאָדערנע, וועלטלעכע שטאָט, איז יפֿו – איר הינטערהויף – דעמאָלט געווען אַ מישמאַש פֿון פֿאַרבן, רוישן, טיפּן און טעמים.
דווקא דערפֿאַר האָט יפֿו צוגעצויגן די נײַגעריקע, שעפֿערישע אײַנווינערס פֿון תּל-אָבֿיבֿ, און צווישן זיי — דעם דיכטער אַבֿרהם סוצקעווער. דאָרטן, צווישן די אַלטע געסלעך פֿון יפֿו, האָט ער געפֿונען אינספּיראַציע, און אפֿשר אויך זײַן אַמאָליקע ווילנע.
דער טור הייבט זיך אָן מיט אַ ציקל לידער פֿון סוצקעווערן: „אַלט-יפֿו אין רעגן“. בעתן טור זײַנען מיר געשטאַנען לעבן דעם באַרימטן „שוק הפּשפּשים“ (וואַנצן-מאַרק) און געהערט דאָס ליד „די אוצרות אויפֿן מאַרק“:
אַ סאַבליע פֿון באָמבײ. אַ צניעות-גאַרטל פֿון באַגדאַד.
צלאַח אַ-דין אין רײַטנדיקער גלאָריע.
אַ האַלבע אַפֿראָדיטע קוקט מיך אָן מיט גאַנצן חשד.
ס’פֿאַרשפּילט זיך מיט איר שפּילצײַג די היסטאָריע. […]
אײַ, וואָס פֿאַר אַ פּינקטלעכע דעפֿיניציע: די שפּילצײַג פֿון דער געשיכטע! איצט ווערט שוין אַלץ קלאָרער.
דערנאָך האָבן אסתּי און יעד אונדז געפֿירט נישט ווײַט פֿון ברעג ים, צו דער באַרימטער „טיילת“ (פּראָמענאַדע), וווּ עס געפֿינט זיך הײַנט דער נײַער אַראַבישער קוואַרטאַל מאַנשײַאַ. דאָרט — האָט יעד געזאָגט — איז געשטאַנען דער בולגאַרישער שענק, וווּ ס׳פֿלעגן זיצן די גנבֿים, און צווישן זיי גאָר אַן אַנדערער ווילנער ייִד – דער העלד פֿון אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטשעס דערציילונג „גנבֿים“. דעם גנבֿס פֿרוי שטמאַט דווקא פֿון אַ וווילער ווילנער היים, אָבער אין דער צײַט פֿון דער קריג, אין די וועלדער, האָט זי זיך פֿאַרליבט אינעם גנבֿ. צי קאָן אַזאַ ליבע איבערבלײַבן אויך דאָ, אינעם נײַעם לאַנד, אונטער די שפּאָגל נײַע באַדינגונגען?
אין די זעלבע הײַזער פֿון מנשיה האָבן געוווינט אויך מענדעלע, פּערעלע און זייערע עלטערן – די העלדן פֿון צבֿי אײַזנמאַנס דערציילונג „וווּ דער ים מיטן הימל“…. – וואָס איז נישט לאַנג איבערגעזעצט געוואָרן אויף עבֿרית צוזאַמען מיט אַנדערע ייִדישע דערציילונגען וועגן ישׂראל, און אַרויסגעגעבן געוואָרן אינעם בוך „שמים נושקים לים“ („דער הימל קושט דעם ים“), רעדאַקטירט פֿון שחר פּינסקער. די העברעיִשע ליטעראַטור פֿון דער תּקופֿה שילדערט בדרך-כּלל די „עליה“ ווי אַן אויפֿהייבן זיך פֿון גלות צו דער גאולה אין מדינת-ישׂראל. אָבער דאָ דערציילט אײַזנמאַן וועגן די פֿינצטערע צדדים פֿון יענער (און יעדער) אימיגראַציע: וועגן אַ טאַטן אַ ליידיק-גייער, וואָס זיצט טעג און נעכט אין „קפֿה מולדת“ („היימלאַנד קאַפֿע“) און וועגן זײַן פֿאַרצווייפֿלטער פֿרוי און קינדער.
דערנאָך זײַנען מיר – אסתּי, יעד און זייערע שאָף, מיר די באַזוכערס – אַראָפּ אויפֿן בערגל פֿון אַלט-יפֿו. דאָרטן שטייט די באָד פֿונעם אַלטן אַראַבישן יפֿו, וווּ די זשורנאַליסט דן בן-אמוץ און חיים חפֿר האָבן געעפֿנט, אינעם אָנהייב זעכציקער יאָרן, דעם באַרימטן „החמאם“ טעאַטער. בן-אמוץ און חפֿר זײַנען געווען צוויי פֿון די גרינדערס פֿון דער נײַער ישׂראלדיקער קולטור, ממש ווי טיפּישע סאַברעס. אין דער אמתן זײַנען די כּלומרשטיקע סאַברעס אָבער געווען פּוילישע ייִדן: חיים חפֿר (פֿײַנער) איז געבוירן געוואָרן אין סאָסנאָוויטש, און דן בן-אמוץ (משה תּהלימזאָגער) – אין ריוונע.
איינע פֿון די ערשטע פּראָגראַמען פֿון „החמאם“ איז געווען די פּראָדוקציע פֿון איציק מאנגערס „מגילה-לידער“, לויט דער נײַער מוזיק פֿון דובי זעלצער. „מגילה-לידער“, וואָס די משפּחה בורשטיין (פּסחקע, ליליאַן לוקס און מײַק) האָט געשפּילט, איז געווען אַ לאַנגיאָריקער דערפֿאָלג, און דער עולם האָט פֿאַרפֿלייצט דעם „חמאם“. פֿאַר וואָס האָט דווקא „די מגילה־לידער“ געצויגן אַ ברייטן ישׂראלדיקן עולם, וואָס האָט בדרך-כּלל זיך אָפּגעזאָגט פֿון ייִדישע פּיעסעס? אפֿשר דערפֿאַר ווײַל בן-אמוץ און חפֿר האָבן כּלומרשט לעגיטימירט די ייִדישע קולטור און די נאָסטאַלגיע פֿאַר ייִדיש, און אפֿשר ווײַל די פּיעסע איז טאַקע געווען אַזוי גוט, אַז מען האָט זי נישט געקאָנט זען אויף דער העברעיִשער בינע.
צום סוף זײַנען מיר, די באַטייליקטע אינעם טור, געשטאַנען אַנטקעגן „אַלאַדין“ – די קאַפֿעטעריע וווּ סוצקעווער פֿלעגט זיצן און שרײַבן (ער האָט „אַלאַדין“ געשילדערט אין זײַן דערציילונג „דער צווילינג“). אַזוי אַרום האָט סוצקעווער געעפֿנט און געחתמעט דעם טור אין אַלט-יפֿו.
אָבער סוצקעווער איז בשום-אופֿן ניט דער איינציקער וואָס האָט געפֿירט אַ דיאַלאָג צווישן יפֿו און תּל-אָבֿיבֿ, און בכלל – צווישן ייִדיש און עבֿרית. אַ סך שרײַבערס, פּאָעטן און מאָלערס (ווי יאָסל בערגנער) האָבן געפֿירט אַזאַ דיאַלאָג מיט זייער נײַער אַרענע – מדינת-ישׂראל – און אַזוי זײַנען די ביידע קולטורן באַרײַכערט געוואָרן איינע פֿון דער אַנדערער.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO