אַ טעאַטער־פֿעסטיוואַל פֿון פּיעסעס אויף אייראָפּעיִשע מינדערהייט־שפּראַכןA theater festival featuring plays in European minority languages
צווישן די שפּראַכן וואָס מע האָט געהערט אויף דער בינע — סאָרביש, לאַדין (אַ גריכיש־ראָמאַניש לשון) און ייִדיש
ס׳איז מיר אויסגעקומען לעצטנס זיך צו באַטייליקן אין אַן אינטערנאַציאָנאַלן טעאַטער-פֿעסטיוואַל אין דער שטאָט ברונעק-בראָניקאָ, צפֿון איטאַליע, לעבן די דאָלמאַטן-בערג. מען האָט דאָרט פֿאָרגעשטעלט דרײַ פּיעסעס אויף אייראָפּעיִשע מינדערהייט-שפּראַכן. צוליב דעם וואָס איך שרײַב פֿאַר דער בינע אין תּל־אָבֿיבֿ אויף ייִדיש און בין פֿאַרבונדן מיטן מלוכישן ייִדיש-טעאַטער אין בוקאַרעשט, האָט מען מיך אײַנגעלאַדן ווי אַ ייִדישער דראַמאַטורג.
דאָ רעדט זיך וועגן אַ פֿיר-יאָריקן פּּראָיעקט מיטן נאָמען „פֿאָנע“ וואָס ווערט געשטיצט פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג מיטן ציל צו פֿאַרשטאַרקן די שטימען פֿון מחברים וואָס שאַפֿן אויף שפּראַכן פֿון אייראָפּעיִשע מינדערהייטן. אין דעם פֿאַל איז עס געווען סאָרביש, וואָס מען רעדט הײַנט אין דײַטשלאַנד. די פּיעסע, געשריבן אויף סאָרביש פֿון לובינאַ וועלכקאָוויטש, איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן דורכן דײַטשיש-סאָרביש פֿאָלקס-טעאַטער פֿון באַוצען (Bauzen), וואָס געפֿינט זיך אין מזרח-דײַטשלאַנד.
די צווייטע פּיעסע איז געווען פֿונעם דראַמאַטורג יאַקאָ ריגאָ, וואָס לעבט אין צפֿון איטאַליע און שאַפֿט אויף לאַדין — די עלטסטע גריכיש-ראָמאַנישע שפּראַך אין אייראָפּּע (אָן שייכות צום ייִדישן לאַדינאָ). מען האָט אויך אויפֿגעפֿירט אַ סצענע פֿון מײַן אייגענער פּיעסע „מלך הכּליזמרים“ וואָס וועט האָבן איר פּרעמיערע דעם 30סטן מײַ דורכן מלוכישן ייִדיש-טעאַטער אין בוקאַרעשט.
צוליב דעם וואָס אין ברונעק רעדט מען דײַטש און איטאַליעניש איז עס מיר געווען זייער צום האַרצן. איטאַליעניש האָב איך אָפֿט געהערט אין קוואַרטאַל פֿון מײַן געבוירן-שטאָט בוענאָס־אײַרעס וווּ ס’האָבן געוווינט אַ סך איטאַליענישע אימיגראַנטן. און דײַטש האָט, פֿאַרשטענדלעך, אַ נאָענטע שייכות צו ייִדיש, וואָס כ’האָב געהערט אין מײַן משפּחה און אין די ייִדישע קוואַרטאַלן פֿון מײַן היימשטאָט. הײַנטצוטאָג, הער איך דאָס אַ סך ווייניקער. די אײַנוווינער אין ברונעק האָבן זיך געחידושט וואָס זיי פֿאַרשטייען מײַן מאַמע-לשון און האָבן אַרויסגעוויזן גרויס נײַגער צו אָט די ווערטער וואָס זיי האָבן נישט פֿאַרשטאַנען.
כ’וויל זיך אָפּשטעלן אויף יאַקאָ ריגאָס ביז גאָר אינטערעסאַנטער פּיעסע „קאַליגולאַ“, געשפּילט פֿון אַ טרופּּע פֿאַרבונדענע מיטן ברונעק-שטאָטישן טעאַטער. די שאַפֿונג איז צוויישפּּראַכיק: דײַטשיש-לאַדין, פּרעכטיק רעזשיסירט פֿון וויקטאָריאַ אָבערמאַרצאָנער, וואָס איז אויך אַן אַקטריסע, טעאַטער-פּעדאַגאָגין און קולטור-טוערין. די פּיעסע איז וועגן אַ מוטער, פֿאָטער, טאָכטער און… אַ פּאָפּוגײַ, וואָס הייסט קאַליגולאַ. בײַ אָט דער משפּחה הערט קיינער נישט איינער דעם אַנדערן. יעדער איז באַשעפֿטיקט נאָר מיט זיך אַליין און קיינער גיט ניט קיין אַכט אַפֿילו צו זײַנע אייגענע געפֿילן.
מיט דער צײַט נעמט אָבער דער פּאָפּוגײַ איבער אַ גרעסערן אָרט אין דער משפּחה-קאָנסטעלאַציע. ער חזרט איבער ווערטער, נעמט אויף אַלע שמועסן און פֿאַרלאַנגט אַ גרעסערן אויפֿמערק צו זיך.
דעם ערשטן אָוונט אין ברונעק בין איך אַרײַן אין אַ טיפּישן רעסטאָראַן און אַ פֿאַרחידושטער זיך דערוווּסט אַז עס זיצן דאָרט אַקטיאָרן פֿון פֿאַרשידענע לענדער. מיט זיי איז געזעסן קריסטינאַ לאַסטאַ און סאַבין רענצלער, וועלכע פֿירן אָן מיטן אָרטיקן טעאַטער. פּלוצלינג האָט דער ייִדיש־רומענישער רעזשיסאָר אַנדריי מונטעאַנו מיך הויך באַגריסט מיט אַ וואַרעמען שלום־עליכם.
אין פֿאַרלויף פֿון גאַנצן פֿעסטיוואַל איז די אַטמאָספער געווען זייער אַ פֿרײַנדלעכע. ס’איז כּדאי צו דערמאָנען אַ ספּעציפֿישן מאָמענט. איידער מ’האָט געשפּּילט יאַקאָ ריגאָס פּיעסע, האָט קריסטינע לאַסטאַ אים אינטערוויוּירט אויף דער בינע. זי האָט אים געפֿרעגט וועגן זײַן באַזוך לעצטנס אין תּל-אָבֿיבֿ. ווי אַ טייל פֿונעם „פֿאָנע“-פּראָיעקט האָט יעדער דראַמאַטורג געדאַרפֿט באַזוכן אַ קאָלעגע אין אַן אַנדערער שטאָט, און אַזוי אַרום בין איך געווען אין לײַפּציג, און ריגאָ האָט באַזוכט תּל-אָבֿיבֿ. ענטפֿערנדיק אויף דער פֿראַגע, וועלכן רושם האָט תּל-אָבֿיבֿ געמאַכט אויף אים, האָט דער איטאַליענער געלויבט אונדזער קליינעם „מעטראָפּאָליס“. אין די צײַטן, ווען איבער גאַנץ אייראָפּע בושעוועט און פֿאַרשפּרייט זיך אַן עפֿנטלעכע שׂינאה צו ישׂראל און צו ייִדן, זענען ריגאָס ווערטער פֿאַר מיר געווען ממש אַ באַלזאַם.
וויכטיק איז אויך אונטערצושטרײַכן, אַז ווי אַ טייל פֿונעם „פֿאָנע“־פּראָיעקט גיט מען אָפּ אַ וויכטיק אָרט צום קהלישן טעאַטער, בײַ וועלכן די נײַע פּּיעסעס ווערן געשאַפֿן דווקא דורך אַמאַטאָרן — סײַ יונגע סײַ עלטערע אַקטיאָרן וואָס באַהאַנדלען הײַנטצײַטיקע געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען. ס’פֿירט אָן דערמיט אַ פֿעיִקע ישׂראלישע זינגערין ליאת פֿאַריס טוואַינאַ, וועלכע וווינט איצט אין בוקאַרעשט.
כאָטש מײַן גאַנץ לעבן האָב איך קיין סקי ניט געמאַכט, האָב איך אָבער געקלערט, אַז איצט וואָס כ’בין אין דרום-טיראָל געגנט איז טאַקע אַ גאָלדענע געלעגנהייט צו פּרוּוון אַליין זיך נאַרטלען. נאָר גיי אין מײַן עלטער אָנהייבן זיך אַראָפּּגליטשן פֿון די ריזיקע, פֿאַרשנייטע בערג. האָב איך זיך באַנוגנט מיטן אָבסערווירן ווי אַנדערע טוען עס בשעת איך אַליין, אַ דאַנק דעם פֿוניקולאַר, בין אַרויף אויפֿן שפּיץ-באַרג צו געניסן פֿון דער וווּנדערלעכער פּאַנאָראַמע.
דער ברונעקער טעאַטער-פֿעסטיוואַל איז פֿאַר מיר געווען אַ טיפֿע איבערלעבונג, וואָס האָט אויך געבראַכט כּבֿוד און אָנערקענונג פֿאַר ייִדיש. אין אַ ברייטערער פּערספּעקטיוו מוזן די ייִדישיסטן אין אייראָפּע באַטראַכטן פֿון ס׳נײַ וואָס זיי קענען טאָן כּדי דאָרט צו פֿאַרפֿעסטיקן די אַשכּנזישע אידענטיטעט און ייִדישע קולטור. דאָס איז אַ טייל פֿון אַ ברייטערן קאַמף צו באַשיצן די ווערטן פֿון פֿרײַהייט און דעמאָקראַטיע אין די פֿאַרשיידענע מדינות.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO