Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ הצלחהדיקע שדכנטע באַקענט מיך מיט אַ פּסיכיאַטערA successful matchmaker introduces me to a psychiatrist

אינעם צווייטן עסיי פֿון איר הומאָריסטישער סעריע באַשרײַבט חנה־פֿײַגל טערטלטויב ז״ל דעם טעלעפֿאָנישן שמועס מיט דעם נײַעם קאַוואַליר

די דערציילונג איז טייל פֿון אַ זאַמלונג עסייען פֿון דער פּרעכטיקער פֿאָרווערטס־שרײַבערין חנה־פֿײַגל טערטלטויב ז״ל, וואָס מיר האָבן אָנגעהויבן איבערדרוקן אין איר אָנדענק זינט איר דריטן יאָרצײַט אין 2023. כּדי צו לייענען אירע אַנדערע עסייען, גיט אַ קוועטש דאָ.

אין מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל האָב איך אײַך דערציילט וואָס ס׳האָט פּאַסירט אויף מײַן ערשטער ראַנדקע זינט מײַן ווערן אַן אַלמנה.

נאָך אַ וואָך צוויי האָב איך שוין אַנדערש געטראַכט: וואָס נעם איך זיך אַזוי איבער? איז דער ערשטער שידוך מיר נישט געווען צום האַרצן. איז וואָס? ס׳איז נישט קיין טויטשטראָף. ער איז נאָר געווען דער ערשטער, און אַלע ווייסן, אַז יעדער אָנהייב איז שווער. און מסתּמא בין איך אַליין אין דעם געווען שולדיק, ווײַל איך בין געווען צו ענטוזיאַסטיש און ניט גענוג איבערקלײַבעריש. כ’האָב נישט געדאַרפֿט אַזוי ברייט אויסשפּרייטן די נעץ. כאָטש אַזוי עצה איך מײַנע קליענטן קען זײַן, אַז איך וואָלט געדאַרפֿט בעסער צולייגן קאָפּ צו דער פּראָבלעם און נישט בעטן אַבי וועמען מע זאָל מיר געפֿונען אַ מאַן. ס’קען זײַן, אַז איך דאַרף האָבן אַ ספּעציאַליסט, עמעצער וואָס האָט שוין אַ סך פּראַקטיק אין דעם, אַ צווייטער שדכן אָדער שדכנטע! (דעם אמת געזאָגט, וואָלט מיר מער געפֿעלן אַ שדכנטע.) ווי קען דאָס זײַן, אַז איך האָב דאָס נישט באַלד געטאָן? אָבער וועמען זאָל איך פֿאַרטרויען מיט דער שליחות?

האָט ג־ט געהאָלפֿן און איך האָב זיך אויף אַ חתונה לעצטנס באַקענט מיט מלכּה שנײַדערמאַנען, אַ פֿײַנע פֿרוי פֿון באָלטימאָר. זי איז דאָ געווען אויף אַ וויזיט בײַ אירע קינדער און מיר זײַנען געזעסן איינע לעבן דער אַנדערער. ווי עס מאַכט זיך האָבן מיר אָנגעהויבן אַ ביסל צו רעדן, און מער ווי אַ ביסל נאָך דעם וואָס מיר האָבן פֿאַרזוכט אַ קאָפּיקע ווײַן. די פֿלאַש איז דאָך געשטאַנען אַן אָפֿענע אויפֿן טיש; איז אַוודאי נישט העפֿלעך אויף אַזאַ געלעגנהייט נישט צו פֿאַרזוכן אַ ביסל ווײַן, ספּעציעל נאָך אַזוי פֿיל ווינטשעוואַניעס און לחיימס.

האָבן מיר, ווי מע זאָגט, זיך פֿאַרטשעפּעט בײַ דער צונג. איר מאַן, זאָגט זי מיר, געפֿעלט נישט צו זיצן אויף דער אַנדערער זײַט מחיצה מיט די מענער, אַפֿילו נאָך אַזוי פֿיל יאָרן. אָבער בײַ פֿרומע פֿירט זיך נישט אַנדערש. און מײַן מאַן געפֿעלט עס יאָ? פֿרעגט זי מיר. האָב איך איר געזאָגט, אַז איך בין שוין זעקס יאָר אַן אַלמנה.

„איז דאָך השגחה פּרטית וואָס מיר זיצן צוזאַמען,‟ זאָגט זי. „איך געדענק שוין נישט וויפֿל שידוכים איך האָב געמאַכט, מסתּמא אין די הונדערטער. דערציילט מיר אַ ביסל מער וועגן זיך. איך קען אַ סך, אַ סך מענטשן. אויף מײַן ערנוואָרט, איך וועל אײַך שוין געפֿינען דעם ריכטיקן. און עס וועט אַפֿילו נישט זײַן שווער! מע קען זען אויפֿן בליק, אַז מיט אײַך דאַרף מען זיך גאָרנישט שעמען. אַז מע האָט סחורה, פֿאַרקויפֿט זי זיך אַליין!“

זי האָט מיר געמאַכט אַ סך קאָמפּלימענטן און איך האָב דערפֿילט עפּעס אַ קיצל אין בויך, ווי דאָס קליינע, דעליקאַטע פֿלאַטערל פֿון האָפֿענונג דערוועקט זיך אין מיר. אפֿשר? אפֿשר?

מיט אַ מאָל גיט זי, די מלכּה, זיך אַ וואָרף. איר רוקן ווערט שטײַף, די אויגן קוקן ווי דורך מיר ערגעץ אין דער ווײַטנס און זי זאָגט פּאַמעלעך אַרויס איין וואָרט: „יוסף!“ דערנאָך צילן אירע אויגן צוריק אויף מיר און זי ווישט זיך דעם שטערן מיט אַ סערוויעטקע פֿון טיש. „יאָ, אַזוי איז עס אַ מאָל בײַ מיר. איך זע אים קלאָר פֿאַר די אויגן.“

„וועמען זעט איר?“

„אײַער צווייטן מאַן! גוט, גיט מיר אײַער טעלעפֿאָן. ער וועט מאָרגן אין אָוונט אָנקלינגען“.

„אָבער איך ווייס גאָרנישט וועגן אים. ווי זעט ער אויס? שיקט מיר עלעקטראָניש אַ בילד פֿון אים! איז ער אַ הויכער, אַ שיינער?“

זי קוקט מיר אָן ווי משוגע. „רבונו־של־עולם, בילדער וויל זי! אַלע ווילן בילדער. איר מאַכט אויך שידוכים, ווייסט איר אַליין, אַז אַ בילד איז שקר. פֿאַלש ווי די נאַכט. מע פּוצט זיך אויס, מע שטייט אונטער גרויסע ליכט, מע דרייט זיך אַהין און אַהער, דער פֿאָטאָגראַף נעמט אָפּ צענדליקער בילדער און דער מענטש קלײַבט אויס אַזאַ בילד, אַז די אייגענע מאַמע וואָלט אים נישט דערקענט! דער יוסף איז קלוג ווי די וועלט. שוין געראַטעוועט אַ סך מענטשן. ער איז אַ פּסיכיאַטער“.

הממם, אַ פּסיכיאַטער, אַ קלוגער מענטש, אַ געבילדעטער וואָס פֿאַרשטייט מענטשן און העלפֿט מענטשן, האָב איך צו זיך געטראַכט.

„גוט, אָבער זײַט אַזוי גוט און זאָגט מיר כאָטש ווי אַלט ער איז“.

„אַ מענטש איז אַזוי אַלט ווי ער פֿילט זיך. פֿרעגט בעסער צי ער איז געזונט! ער איז געזונט ווי אַ פֿערד און שטאַרק ווי אַ ביק. מיט דעם, פֿאַרשטייט איר מיך, דאַרפֿט איר זיך נישט זאָרגן.“ און זי האָט עפּעס געמאַכט מיט אַן אויג. אפֿשר איז איר אַ שטיקל שטויב אַרײַן אַהין.

נו, כ׳האָב געוווּסט, אַז וואָס זי זאָגט איז אמת. איך אַליין האָב זייער פֿרומע קליענטן וואָס ווילן בשום־אופֿן נישט זען און נישט ווײַזן קיין בילד.

בקיצור, יוסף דער פּסיכיאַטער, דער ביק, האָט מיר געקלונגען דעם צווייטן טאָג. באַלד פֿון די ערשטע עטלעכע ווערטער האָב איך געוווּסט, אַז ער איז נישט פֿאַר מיר. ער האָט גערעדט מיט אַ פֿיסטל, אַ בײַקולכל וואָס איז מיר געווען אַזוי זלידנע, אַז דאָס ביסל האָפֿענונג וואָס איך האָב פֿריִער געהאַט איז מיר אויסגעוועפּט געוואָרן. אָבער כ׳האָב זיך אַזוי גרינג נישט געקענט אַרויסדרײען, ווײל ער האָט אַפֿילו קיין אָטעם נישט געטאָן, נאָר האָט מיך גלײַך אָנגעהויבן צו איטערוויויִרן ווי איך וואָלט געווען אַ קליענט זײַנער, איין פֿראַגע נאָך דער אַנדערער: „ווי קומסטו אויס מיט דער מאַמען? קינדווײַז האָסטו געהאַט אַ סך פֿרײַנד? ווי אַלט ביסטו געווען ווען דו האָסט אָנגעהויבן מענסטרויִרן? האָט עס דיך געעקלט?“

מיט דער לעצטער פֿראַגע איז דער טעלעפֿאָן מיר אַרויסגעפֿאַלן פֿון דער האַנט, אַזוי ווי ער וואָלט געברענט. איך האָב די טרובקע שטילערהײַט צוריק אַוועקגעלייגט. די באַקן האָבן מיר געפֿלאַמט. אַזאַ חוצפּה צו רעדן צו מיר אַזוי! אַ פּסיכיאַטער איז ער? ער דאַרף אַליין האָבן אַ פּסיכיאַטער. און די מלכּה שנײַדערמאַן מיינט, אַז דאָס איז מײַן זגאַל? ווען איך וועל מיט איר נאָך אַ מאָל רעדן, וועל איך שוין וויסן וואָס איר צו זאָגן.

כ׳האָב נישט לאַנג געדאַרפֿט וואַרטן. ווען דער טעלעפֿאָן האָט געקלונגען האָב איך באַלד דערזען, אַז זי, מלכּה די געניטע שדכנטע, קלינגט מיר. כ׳האָב נאָר געדאַרפֿט זאָגן „העלאָ“ האָט זי באַלד אָנגעהויבן קוואָקען, און ווידער אַ מאָל האָב איך נישט קיין איין וואָרט געקענט זאָגן. „יוסף האָט מיר שוין דערציילט די גאַנצע מעשׂה. ווי אומהעפֿלעך איר זײַט צו אים געווען! ווער וואַרפֿט דען אַראָפּ דעם טעלעפֿאָן ווען אַ קאַוועליר קלינגט אָן? איר ווייסט אַפֿילו נישט דעם שאָדן וואָס איר האָט געטאָן. דער מאַן האָט געזאָגט, אַז ביז אַהער, דאָס הייסט די לעצטע צוואַנציק יאָר, גייט זײַן אייגענע טעראַפּיע זייער גוט, און נאָכן רעדן מיט אײַך נאָר עטלעכע מינוט האָט איר אַ תּל געמאַכט פֿון כאָטש צען יאָר טעראַפּיע, און פֿון זײַן עגאָ האָט איר געמאַכט אַש־און־פּאָרעך. ער איז זייער אַ סענסיטיווער טיפּ. יאָרן לאַנג האָט ער נישט געקענט שלאָפֿן אין אַ פֿינצטערן צימער. נאָר לעצטנס האָט ער דורכגעבראָכן די מורא, און יעצט זאָגט ער מיר, אַז נאָך דעם וואָס איר האָט אים אָפּגעטאָן וועט אַ גרויסע לאָמפּ מוזן ביזעווען אַ גאַנצע נאַכט. גיב נאָר אַ טראַכט וויפֿל דאָס וועט אַפּקאָסטן, וועט איר שוין וויסן וואָס איר האָט אָפּגעטאָן. ער איז אַ שעפֿערישער שרײַבער אויך און, ווי וווּדי אַלען, קען ער ניט לײַדן צו שטיין לעבן דעם אָפּרין אין שפּריץ. ער פֿלעגט מיינען, אַז זײַן שעפֿערישקייט וועט אַראָפּרינען גלײַך מיטן שמוציקן וואַסער. לעצטנס האָט ער זיך אַ ביסל פֿאַרבעסערט און ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ער וועט נישט פֿאַרלירן די גאַנצע שעפֿערישקייט זײַנע.‟

כ׳האָב שוין מער נישט געקענט אויסהאַלטן. עס איז מיר אַזש וואַסער געגאַנגען פֿון די אויערן. ווער זײַנען די מענטשן? בין איך אין גאַנצן משוגע געוואָרן, צי זײַנען זיי אַליין חסר־דעה?

ווען איך האָב ערשט אָנגעהויבן צו טראַכטן וועגן ווידער אַרויסגיין מיט מענער האָב איך געוווּסט, אַז איך וויל נישט קיין אַדוואָקאַטן, ווײַל איך האָב געזען, אַז צום מערסטן האָבן זיי שווערע פּערזענלעכקייטן; זייער כאַראַקטער איז נישט צוגעפּאַסט צו מיר. כ׳האָב נישט געוואָלט אַן אַקעדעמיקער, ווײַל כ׳האָב געזען דורכן אַליין שטודירן יאָרן לאַנג אין קאָלעדזשן און אוניווערסיטעטן, אַז מע ראַנגלט זיך איבער גאָרנישט, די קלענסטע פֿון קלייניקייטן: אַ פּינטל אָדער אַ קאָמע, שוין אָפּגערעדט אַ פּינטל־קאָמע.

און איצט זאָג איך אײַך צו, אַז איך וויל אַפֿילו נישט הערן פֿון קיין פּסיכיאַטערס!

דאָס מיינט נישט, אַז איך בין נישט אַנטוישט געוואָרן, אַז פֿון דעם אַלץ האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם. כ׳האָב זיך געלייגט שלאָפֿן און זיך אײַנגעקאָרטשעט ווי אַ קליין קינד, זיך איבערגעדעקט דעם קאָפּ מיט דער קאָלדרע און זיך געטרייסט מיט סקאַרלעט אָ׳האַראַס ווערטער: „מאָרגן איז אַ נײַער טאָג!‟

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version