ווידעאָ: ריקי רויז זינגט אַ חסידיש פּורים־ליד וועגן דעם מלך אַחשורושVideo: Riki Rose sings a Hasidic Purim song about King Ahasuerus
דאָס הומאָריסטישע ליד באַשרײַבט דעם קעניגס עלנטקייט נאָכן הרגענען זײַן מלכּה ושתּי
ריקי רויז, אַ ייִדישע זינגערין וואָס איז דערצויגן געוואָרן בײַ די סאַטמערער חסידים, האָט לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט אַ ווידעאָ אויף אינסטאַגראַם, וווּ זי מיט איר שוועסטער מימי רויז זינגען אַ פּורים־ליד וועגן דעם מלך אַחשורוש. זי באַגלייט דאָס ליד מיט דער גיטאַר.
במשך פֿון די יאָרן האָט ריקי רויז געמאַכט אַ צאָל ווידעאָס אויף ייִדיש פֿאַרן פֿאָרווערטס, אַרײַנגערעכנט איינעם אין וועלכן זי ווײַזט ווי צו ניצן קאָזמעטיק און אַ צווייטן וווּ זי מאַכט האָלעפּצעס.
דאָס ליד קענען די שוועסטער פֿון אַן אַלבום וואָס זיי פֿלעגן אָפֿט הערן אין די קינדעריאָרן. עס דריקט אויס אַחשורושעס חרטה פֿאַרן האָבן דערהרגעט זײַן מלכּה ושתּי, זעענדיק ווי אומעטיק עס איז אים געוואָרן אָן איר.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO