אַ דיאַלאָג מיט אונדזערע באָבעס: ייִדישיסטקעס פּראַװען דעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿרױענטאָג A dialogue with our grandmothers: Yiddishist women celebrate International Women’s Day
אין בערלין האָט מען זיך פֿאַרזאַמלט צו הערן לידער פֿון ייִדישע פּאָעטעסעס סײַ פֿון פֿריִערדיקע דורות סײַ פֿון הײַנט
דעם 8טן מאַרץ, לכּבֿוד דעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿרױענטאָג, האָט מען אָרגאַניזירט אַ ספּעציעלע פּאָעזיע־פֿאָרלײענונג און קאָנצערט אין בערלין.
פּונקט איידער די אונטערנעמונג האָט געזאָלט זיך אָנהייבן איז אָבער געשען אַ זאַך, וואָס קלינגט ווי אַ סצענע פֿון אַ ייִדישער קאָמעדיע. דער בעל־הבית, וואָס האָט געזאָלט עפֿענען די קאַפֿע־גאַלעריע, אויפֿשטעלן די בענקלעך און קאָנטראָלירן אַז די קלאַנג־סיסטעם זאָל פֿונקציאָנירן ווי געהעריק, האָט זיך בכלל נישט באַוויזן!
צום גליק זענען אַרײַנגעלאָפֿן צװײ חבֿרטעס זײַנע און האָבן געראַטעװעט דעם אָװנט. בײַם פֿאַרשפּעטיקטן אָנהײב האָט די אָרגאַניזאַטאָרשע – די דיכטערין און ייִדיש־לערערקע קאַטערינאַ קוזנעצאָװע פֿון דער גרופּע „ייִדיש.בערלין“ – זיך אַנטשולדיקט פֿאַרן עולם און צוגעגעבן׃ „פֿרױען האָבן אין זיך טאַקע אַ פֿאַנטאַסטישן סופּער־כּוח צו קענען אױססדרן אַ פּלאָנטער געשאַפֿן פֿון מענער…“
זינט 2019 איז דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿרױענטאָג אַן אָפֿיציעלער יום־טובֿ אין בערלין. דער אײַנפֿאַל שטאַמט אָבער פֿון ניו־יאָרק, וווּ אין 1909 האָט די ייִדישע אַקטיװיסטקע טערעזאַ מאַלקיעל אײַנגעפֿירט אַזאַ יום־טובֿ צווישן די סאָציאַליסטישע קרײַזן. זינט דעמאָלט האָב איך געהערט פֿון אַנדערע גרופּעס ייִדישיסטקעס וואָס האָבן אָרגאַניזירט ענלעכע אָװנטן אַזוינע ווי למשל אין תּל־אָבֿיבֿ און לאָנדאָן. אין בערלין איז דאָס דאָס צווייטע יאָר וואָס מע פֿײַערט עס אַזוי.
אין איר אַרײַנפֿיר האָט קוזנעצאָװאַ אונטערגעשטראָכן די מין־אומגלײַכקײטן אין דער ייִדישער ליטעראַטור, װעלכע שפּיגלען זיך אָפּ אין כּמעט יעדער אַנטאָלאָגיע׃ „עס פֿעלט פֿרױען זיכער נישט דער טאַלאַנט, די געניטשאַפֿט אָדער די דיסציפּלין צו זײַן אַ שרײַבערין.“ װאָס פֿעלט זײ יאָ? די צײַט, די שטיצונג, דער צוטרוי צו זיך אַליין. „דערפֿאַר װעט איר הײַנט נישט נאָר הערן אױסשליסלעך טעקסטן פֿון פֿרױען, נאָר אױסשליסלעך פֿרױען װעלן קומען אױף דער בינע,“ האָט קוזנעצאָווע צוגעגעבן.
בעת דער ערשטער העלפֿט פֿונעם אָוונט האָבן זעקס בערלינערינס פֿון פֿינף לענדער פֿאָרגעלײענט אַ ברײטע גאַמע טעקסטן פֿון זעקס ייִדישע דיכטערינס, אָנהײבנדיק מיט אַ תּחינה געשריבן פֿון געלע בת משה — אַ טאָכטער פֿון אַ דרוקער אין אַמסטערדאַם. די תּחינה וואָס זי האָט אָנגעשריבן צו 12 יאָר, איז געדרוקט געוואָרן אין אַ מחזור אין 1735. אַלץ האָט מען פֿאָרגעלײענט אױף ייִדיש. טײל פֿון די 40 צוקוקערס האָבן מיטגעלײענט די ענגלישע איבערזעצונגען אױף זייערע מאָבילקעס.
די אױסגעקליבענע לידער, ס’רובֿ פֿון באַקאַנטע מחברטעס, האָבן אַלײן באַהאַנדלט די מין־טעמע בײַ ייִדן און געשאַפֿן אַ בריק צו אונדזערע גײַסטיקע באָבעס, ווי למשל אָט די שורות פֿון קאַדיאַ מאָלאָדאָװסקי:
און איך װעל די באָבעס אַנטקעגנגײן זאָגן:
װי הערבסטיקע װינטן יאָגן נאָך מיר זיך
ניגונים פֿאַרװעלקטע פֿון אײַערע לעבנס.
מאָלאָדאָװסקי און אַ צווייטע ייִדישע פּאָעטעסע, מלכּה לי, באַלעבן די קולות פֿון תּנ״כישע פּערזאָנען װי שׂרה, רחל און רות און רופֿן דערבײַ אַרױס אַ דיאַלאָג נישט נאָר צװישן ביכער און ספֿרים, נאָר אױך צװישן פֿרױען. די פֿאָרלײענערינס אויף דער אונטערנעמונג, אַלע אין די צװאַנציקער אָדער דרײַסיקער, שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ נײַ רינגל אין אַ לאַנגער קײט.
די גרופּע „ייִדיש.בערלין“ פּרעזענטירט שױן פֿינף יאָר לאַנג רעציטאַציעס פֿון קלאַסישע לידער.
נאָך דער הפֿסקה האָט דער עולם זיך אָבער באַקענט מיט נײַע שאַפֿונגען אויף ייִדיש. זינט האַרבסט טרעפֿט זיך דאָ אַ ייִדיש־שרײַבקרײַז (דרך־אַגבֿ, איך בין אױך אַ מיטגליד) און אין אַפּריל וועלן פֿאָרקומען סײַ אַ סימפּאָזיום סײַ צװײ פֿאָרלײענונגען פֿון הײַנטצײַטיקע טעקסטן, אָרגאַניזירטע דורך גרעסערע אינסטיטוציעס.
מע האָט געהערט לידער געשאַפֿן פֿון צװיי בערלינער דיכטערינס, קוזנעצאָװאַ און יעל מערליני. װי די טײַערע מאָדערניסטישע „באָבעס“ פֿון דער ערשטער העלפֿט פֿון פּראָגראַם האָט מען געהערט אין ביידנס לידער טראַדיציאָנעלע פּאָעטישע טעמעס װי די נאַטור, די רעליגיע און דעם גוף, נאָר אָנגעפּיקעװעט מיט ליטעראַרישע חידושים. בײַ קוזנעצאָװאַן, למשל, איז די פֿולע לבֿנה „אַ שטיקל ראַכאַט־לוקום“ (טערקיש זיסװאַרג) „צװישן די צײן / פֿון אַ נאַקעטער טענצערין“.
מערליניס לידער זענען אַ מאָל פֿרום, אַ מאָל עראָטיש. זי שרײַבט למשל׃ „זינט דעמאָלט איז דער װײַנגאָרטן / נידה / אָן אױפֿהער“.
נײַע איבערזעצונגען בױען אױך בריקן צו די „אײניקלעך“. אירקע זראָבאָק, וואָס איז 26 יאָר אַלט, האָט פֿאָרגעלײענט אירע אײגענע אוקראַיִנישע װערסיעס פֿון דער ייִדישער פּאָעטעסע צעליאַ דראַפּקינס לידער. אַפֿילו אויב מע פֿאַרשטײט נישט די שפּראַך האָט מען דערפֿילט זראָבאָקס ברען און דעם כּבֿוד װאָס זי גיט אָפּ דער פּאָעטעסע.
די מוזיקאַלישע אױפֿטריטן האָבן אױך באַװיזן אַזעלכע היסטאָרישע/קינסטלערישע פֿאַרבינדונגען מיט די אַמאָליקע באָבעס. אין 2009 האָבן די קלעזמאַטיקס רעקאָרדירט אַן ענגליש ליד געשריבן פֿון װוּדי גוטהרי אין 1945. די פֿידלערין לויִזע פֿאַקלער האָט „פֿאַרטײַטשט און פֿאַרבעסערט“ דאָס ליד אין דער ייִדיש־יוגנט־קאָלאָניע „דזשענערײשן דזשײ“ מיט עטלעכע יאָר צוריק און געזונגען פֿאַר אונדז איר נײַעם נוסח, „צװישן רעאַליטעטן“ (מיט יולקע זעגעלקע אױף אַקאָרדיאָן).
דער איבעריקער טייל פֿון אָװנט איז געװידמעט געװאָרן דער זינגערין און שרײַבערין בײלע שעכטער־גאָטעסמאַן (2013-1920). הגם זי איז אויך געווען פֿון אַ פֿריִערדיקן דור האָט מען אויפֿגעפֿירט אירע לידער אויף אַ בפֿירוש הײַנטצײַטיקן אופֿן. פֿאַקלער און וואַן ווינגאַרדען האָבן אויך שיין פֿאָרגעשטעלט שעכטער־גאָטעסמאַנס ליד, „דער בנין“.
דער הױכפּונקט פֿון דער פּראָגראַם איז געווען אַ שעפֿערישער: בשעת מע האָט פּראָיעקטירט אַ פֿריש געדרײטן װידעאָ אױפֿן פֿירהאַנג, האָט שושנה סײַמאָנס פֿאָרגעלייענט אַ נײַ ליד אירס, און ראָזאַמאָנד װאַן װינגערדען האָט צוגעזשומעט אַ ניגון פֿון אַרבל. דערנאָך האָט מען געהערט אַ כּישופֿדיק געזונגענעם דועט פֿון שעכטער־גאָטעסמאַנס ליד „זילבער־שטערן“ באַגלייט מיט אַ פֿידל־סאָלאָ פֿון פֿאַקלערן. ס׳איז געווען ממש אַ האַרמאָניע צװישן פֿרױען און צװישן דורות.
צום סוף האָט די זינגערין סאַשע לוריא, באָגלייט מיט איר גיטאַר, געזונגען נאָך אַ פּאָר רירנדיקע לידער פֿון שעכטער־גאָטעסמאַן, װעמען לוריא האָט פּערזענלעך געקענט. דורך לוריאס צערטלעכע זכרונות פֿון דער פּאָעטעסע – פֿון דער „באָבען“ – האָבן מיר סוף־כּל־סוף דערזען אַ דירעקטע פֿאַרבינדונג צום אַמאָל.
שפּעטער בײַנאַכט, אין אַ שענק, האָט לוריא – אױך אַ טוערין בײַם מוזיק־פֿאַראײן און פֿעסטיװאַל „שטעטל בערלין“ – געזאָגט אַז זי דערפֿילט אַ מין „גערילע־ענערגיע“ אין דער בערלינער ייִדיש־ליטעראַטור־סבֿיבֿה. „דאָס זעט מען נישט יעדן טאָג,“ האָט זי געזאָגט. צװישן די אָנטײל־נעמערינס יענעם אָוונט האָט מען טאַקע דערשפּירט אַ קאָלעקטיװן, קעגנזײַטיקן כּוח. זיכער זעט מען בײַ די נײַע ייִדישע פּאָעטעסעס און מוזיקערינס דיסציפּלין, געניטשאַפֿט און טאַלאַנט. לאָמיר האָפֿן אַז זײ באַקומען אױכעט סײַ עמאָציאָנעלע סײַ פֿינאַנציעלע שטיצונג. זאָלן זײ האָבן דעם צוטרוי צו זיך צו קענען שאַפֿן װײַטער, און זאָלן די באָבעס שעפּן נחת.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO