אַ ייִדישער שרײַבער פֿאַרכאַפּט פֿון די רוסישע פּויערים וואָס האָבן געוואָלט ווערן ייִדן A Yiddish writer fascinated by a sect of Russian peasants that wanted to be Jewish
די רוסישע סטעפּ־פּויערעם האָבן זיך גערופֿן „סובאָטניקעס“, אַ נאָמען פֿאַרבונדן מיטן וואָרט „שבת“
ווי אַ ייִדישער זשורנאַליסט און אַמאַטאָרישער קאַנטקענער, האָב איך זיך שטענדיק אינטערעסירט מיט זכרונות פֿון מײַן הײמשטאָט, אַסטראַכאַן, אין דער ייִדישער ליטעראַטור. נישט לאַנג צוריק האָב איך געפֿונען זײער אַן אומגעווײנטלעך עקזעמפּליאַר, אָפּגעדרוקט אין ווילנע אינעם יאָר 1929:
הויכע געזונטע געשטאַלטן,
סלאַװישע צורות, פאַרברענט;
קינדער פֿון צפֿון דעם קאַלטן,
מאַזאָליעס באַדעקן די הענט.
האָדעװען בהמות און פֿערד —
ווילד װי קאַלמיקן זײ רײַטן,
ליבן די רוסישע ערד,
און װילן דעם דת ניט פֿאַרבײַטן.
װײַט פֿון די הײמען פֿאַרטריבן,
געליטן רדיפֿות אַ סך —
דאָך פֿול עקשנות געבליבן
בײַ משהס אמונה און תּנ״ך.
כאָטש אַסטראַכאַן ווערט נישט דערמאָנט אינעם טעקסט, האָט דער מחבר, אליעזר שינדלער, געווידמעט דאָס ליד דער משפּחה שאַבאַנאָוו פֿונעם דאָרף טשולקאָוו אין אַסטראַכאַנער גובערניע. דאָס ליד הײסט „גרים‟ – די שאַבאַנאָוועס זענען געווען עטניש רוסישע פּויערעם, געוועזענע קריסטן, וואָס האָבן באַשלאָסן אַז יהדות איז אַ „רײנערע‟ אמונה.
שינדלער איז געבוירן געוואָרן בײַ אַ חסידישער משפּחה אין טיטשין, פּוילן, אינעם יאָר 1892. ווען ער איז אַלט געוואָרן אַכט יאָר, זענען די שינדלערס אַריבערגעפֿאָרן קײן מינכען. דאָרט האָט ער אָנטײלגענומען אין דער אַרבעט פֿון ייִדישיסטישע און ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס און געאַרבעט ֹֹווי אַ העברעיִש־לערער.
בײַם אָנהײב פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה איז שינדלער מאָביליזירט געוואָרן אין דער עסטרײַכישער אַרמײ. אויפֿן פֿראָנט איז ער פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן און אַרײַנגעפֿאַלן אין געפֿאַנגענשאַפֿט. די רוסן האָבן אים אַוועקגעפֿירט אין סיביר. אין משך פֿון צווײ יאָרן האָט ער געאַרבעט ווי אַ באַטראַק בײַ אַ טאָטערישער משפּחה. נאָך דער רעוואָלוציע אין 1917 איז ער באַפֿרײַט געוואָרן און איז אַריבערגעפֿאָרן קײן אַסטראַכאַן.
אין אַן אַרטיקל פֿאַר דער סאָוועטישער צײַטונג „פּראַוודאַ“ האָט דער ייִדישער שרײַבער מיכאל קאָלצאָוו דעמאָלט באַשריבן די שטאָט אַסטראַכאַן פֿון די 1920ער יאָרן:
„אַן אַזיאַטישער פּאָרט אויף אַן אײראָפּעישן טײַך, פֿאַרשטאַרט און טיף פֿאַרטראַכט: וועלכע פֿאַרב אָנצונעמען — דאָס גרויע שטאָל פֿונעם רוסישן טײַך, די פּערסישע בלויקײט פֿונעם קאַספּישן ים, דעם געלן אומעט פֿון די קאַלמיקישע זעמד אָדער די דלותדיקע בונטקײט פֿון דער טאָטערישער האָרדע? באַבערדיקטע רוסן שלאָפֿן אין טאָטערישע שענקען, קאַלמיקן און טאָטערן זויגן פּילזענער ביר צוזאַמען, פּערסן טרינקען סעלצער־וואַסער, און אויף דער שוואַרצער וואַליוטע־בירזשע האַנדלען די פֿיר נאַציעס און די אומעטומיקע ייִדן.‟
רוסישע „גרים‟ (אָדער סובאָטניקעס, פֿונעם רוסישן וואָרט פֿאַר שבת) זענען אויך געווען אַ טײל פֿון דער פֿאַרשײדנאַרטיקער אַסטראַכאַנער באַפֿעלקערונג. לויט דער הלכה זענען רובֿ פֿון זײ נישט געווען קיין עכטע גרים: זײ האָבן זיך נישט מגײר געווען אין אַ ייִדישער קהילה מיט אַ בית־דין, ווײַל עס איז געווען קעגן דעם געזעץ. זײ האָבן פּשוט אָנגעהויבן היטן אײניקע מיצװת און געשטרעבט צו לעבן ווי ייִדן. די רעליגיעזע באַוועגונג איז אויפֿגעקומען סוף 18טן יאָרהונדערט אין צענטראַל־רוסלאַנד, אָבער די צאַרישע פֿירער האָבן זײ גערודפֿט ווי הערעטיקער און פֿאַרשיקט קײן ווײַטע ראַיאָנען אַזאַ ווי די אַסטראַכאַנער סטעפּעס.
נישט קײן סך איז באַקאַנט וועגן שינדלערס צײַט אין אַסטראַכאַן, וווּ ער האָט זיך באַקענט מיט די סובאָטניקעס. אין זײַן ביאָגראַפֿיע, אָנגעשריבן דורך זײַנע אָפּשטאַמיקע און פּובליקירט אויף אַ וועב־זײַט, געפֿינט זיך נאָר אײן שורה וועגן דעם פּעריאָד: „מיט זײ האָט ער געאַרבעט אין פֿעלד און געדאַוונט; ער האָט זײ געלערנט יהדות, העברעיִש און ציוניזם‟. שינדלערס פּאָעזיע ווײַזט, אַז די באַקאַנטשאַפֿט האָט אויף אים געמאַכט אַ טיפֿן אײַנדרוק.
נאָכן סוף פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט אליעזר שינדלער פֿאַרלאָזט רוסלאַנד אויף שטענדיק און איז צוריקגעקומען אין מינכען. דאָרט האָט ער געטראָפֿן זײַן צוקונפֿטדיקער פֿרוי, סאַלי. אין די 1930ער יאָרן איז די משפּחה אַריבערגעפֿאָרן קײן אַמעריקע. זײ האָבן געקויפֿט אַ פֿאַרם אין לײקוווּד, ניו־דזשערזי, וווּ שינדלער האָט געהאָדעוועט הינער. אינעם יאָר 1950 איז פּובליקירט געוואָרן זײַן ערשט זאַמלבוך אין אַמעריקע, „ייִדיש און חסידיש‟. דאָס ליד „גרים‟ איז אויך אַרײַן אינעם בוך.
און וואָס איז געשען מיט די העלדן פֿונעם ליד, די אַסטראַכאַנער סובאָטניקעס? עטלעכע זענען אַוועקגעפֿאָרן קײן ליטע כּדי דאָרט זיך מגײר צו זײַן, און דערנאָך האָבן זײ עולה געווען קײן ארץ ישׂראל.
דער משפּחה־נאָמען קוראַקין, הײַנט פֿאַרשפּרײט אין ישׂראל, שטאַמט פֿונעם רוסישן פּויער אַגאַפֿאָן קוראַקין פֿונעם אַסטראַכאַנער דאָרף סאָלאָדניקי, וואָס האָט זיך מגײר געווען, גענומען דעם נאָמען אַבֿרהם און איז אַריבערגעפֿאָרן קײן גליל. צווישן די חלוצים און ציוניסטישע אַקטיוויסטן פֿון דער ערשטער עליה זענען טאַקע געווען אַ סך רוסישע גרים.
אַ סך אַנדערע זענען דאָך פֿאַרבליבן אין אַסטראַכאַן. אונטערן דרוק פֿונעם סאָוועטישן אַטעיִזם און אַנטיסעמיטיזם האָבן זײ זיך מערסטנס אַסימילירט, אָבער אין עטלעכע דערפֿער געדענקען נאָך עטלעכע באַיאָרטע אײַנוווינער די ייִדישע טראַדיציעס פֿון זײערע אָבֿות. אין מיכײַלאָווקע, פֿון וואַנען ס׳שטאַמט די משפּחה פֿון מײַן שוויגער, דערצײלן זקנות ביז הײַנט אַז ס׳איז דאָ אַ מאָל געווען אַ שול מיט אַ מיקװה. זײערע אײניקלעך זענען שוין אָבער געווײנטלעכע רוסן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO