עמיל קאַלין מאָלט אַ ליטעראַרישן פּאָרטרעט פֿון רומענישן ייִדנטום נאָכן חורבןEmil Kalin paints a literary portrait of Romanian Jews after the Holocaust
די העלדן פֿון זײַן בוך „בוקאַרעשטער שריפֿטן“ ראַנגלען זיך מיט דער טאָפּלטער טראַװמע פֿונעם חורבן און דער קאָמוניסטישער דיקטאַטור
„װיבאַלד מיר בײַסן נישט און האַװקען נישט, און קאָנען מאַכן אַן אָנשטעל, אַז מיר זענען נאָרמאַלע מענטשן, לאָזט מען אונדז צו רו. כּל-זמן מיר האָבן אַן אײַנרעדעניש, אַז מיר זענען נאָרמאַל, זענען מיר טאַקע נאָרמאַל.“
אַזױ זאָגט אַ העלדין אין עמיל קאַלינס נײַעם בוך דערצײלונגען „בוקאַרעשטער שריפֿטן“, װאָס איז אַרױס אינעם ניו־יאָרקער פֿאַרלאַג „ייִדיש־בראַנזשע“. די דאָזיקע װערטער קערן זיך אָן צו אַלע פּערסאָנאַזשן פֿונעם בוך. אַזױ אָדער אַנדערש זײַנען זײ אַלע באַטראָפֿן געוואָרן דורכן חורבן, אַפֿילו װען זײ זײַנען געבױרן געװאָרן נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה. זײער פּסיכאָלאָגישע טראַװמע, װאָס איז אָפֿט מאָל פֿאַרשאַרפֿט און פֿאַרטיפֿט דורך זײער לעבנס־דערפֿאַרונג אין דער קאָמוניסטישער רומעניע, איז דער אָביעקט פֿון קאַלינס קינסטלערישע חקירות.
לרובֿ זײַנען קאַלינס געשיכטעס ניט קײן פֿריילעכע. װי עס זאָגט דוד, דער העלד פֿון דער נאָװעלע „בוקאַרעשטער שריפֿטן“: „דאָ, אין רומעניע, אַזױ דאַכט זיך מיר, האָבן מיר זיך צעברעקלט: מיר האָבן נישט אױף װאָס צו האָפֿן. מיר װילן נאָר איבערלעבן, זיך דורכשמוגלען דורך לעבן – אָן אַ פֿאַרװאָס און אָן אַ פֿאַרװען. ייִדישקײט אינטערעסירט נאָר זקנים. […] דאָס, װאָס מ׳האָט נאָך נעכטן געהאַלטן פֿאַר װיכטיק, איז נישט װערט הײַנט קײן אױסגעבלאָזענעם אײ. און דאָך, שטעלט זיך די פֿראַגע׃ אין װאָס זשע גלײבן מיר? װאָס איז אונדזער האָפֿענונג?“ אָבער קײן גוטן ענטפֿער גיט מען ניט.
די האַנדלונג פֿון דער דאָזיקער נאָװעלע קומט פֿאָר צװישן בוקאַרעשט און חיפֿה אָנהײב 1960ער יאָרן. דוד אַרבעט װי אַ רעדאַקטאָר פֿאַר אױסלענדישער ליטעראַטור אין אַ רומענישן מלוכישן פֿאַרלאַג, אָבער זײַן חלום איז צו װערן אַ ייִדישער דיכטער. ער געהערט צו אַ קלײנעם קרײַזל ייִדישע ליטעראַטן, װאָס זוכן קאָנטאַקטן מיט זײערע קאָלעגעס אין אַמעריקע. אָבער אַלע פּלענער זײערע װערן דערשטיקט דורך דעם קאָמוניסטישן רעזשים. דודס קאָכאַנקע אַנאַ, װאָס שנײַדט זיך אויך אױף אַ דיכטערין, איז עליה קײן מדינת־ישׂראל, װוּ זי פֿאַלט אַרײַן אינעם קלײנשטעטלדיקן װעלטל פֿון איר משפּחה און צום סוף האָט זי חתונה דורך אַ שידוך.
דודס סבֿיבֿה זײַנען ייִדישע אינטעליגענטן, װאָס זײַנען געקומען קײן בוקאַרעשט פֿון שטעט און שטעטלעך פֿון רומעניע און בעסאַראַביע און זײַנען דאָרשטיק נאָך דער גרױסער װעלטקולטור. אָבער אַנדערע קולות אין זײַן בוך זײַנען סקעפּטיש: „פֿרעג איך אײַך, װי קערט זיך אָן זײַן שטעטעלע אין מאָלדאָװע, אַ פֿאַרװאָרפֿענער עק, מיט אײראָפּע, שילערן, הײַנען, מאָצאַרטן? נו, אָבער דװקא אין אײראָפּע האָט מען אונדז פֿון שילער און געטע אַרױסגעשטעלט אַ פֿײַג, געשפּיגן אין פּנים אַרײַן, פֿאַרגאַזט…“ אינעם לעצטן סך־הכּל דאַכט זיך, אַז קאַלינס פּערסאָנאַזשן האָבן ניט קײן האָפֿענונג אױף אַ גוטער צוקונפֿט.
קאַלין לאָזט דעם לײענער אַרײַנקוקן אין די נשמות פֿון זײַנע העלדן און דערזען זײער מענטשלעכן מהות. װי אַזױ קען אַ פּראָסטער ייִד, ניט קײן שטאַרקער גיבור, זיך אױסלעבן אונטער דעם טאָפּלטן דרוק פֿון דער פּסיכאָלאָגישער חורבן־טראַװמע און דער קאָמוניסטישער דיקטאַטור? די סגולה איז אַ שטיקל אײגענע ד׳ אַמות, אַ דירהלע אָדער אַ צימערל, װאָס איז אַ מקום־מקלט פֿונעם אַרומיקן גרױל. די עמאָציאָנעלע יניקה שעפּט מען פֿון ליבע. אַװדאי זײַנען בײדע פֿאַרבונדן: כּדי צו פֿירן אַ ליבע דאַרף מען האָבן אַ פּריװאַט װינקל.
קאַלין װיל ניט פֿאַרשענערן און פֿאַרבעסערן זײַנע פּערסאָנאַזשן. ער האָט טיפֿע סימפּאַטיע צו זײ, אָבער ער אַנטבלױזט אַלע שװאַכקײטן זײערע. אין דעם זין איז ער אַ יורש פֿון אַן אַלטער קריטישער טראַדיציע אין דער ייִדישער ליטעראַטור, װאָס הײבט זיך אָן מיט מענדעלע מוכר ספֿרים און ציט זיך ביז יצחק באַשעװיס. צו דער דאָזיקער טראַדיציע געהערן אױך אײניקע ייִדישע שרײַבער אױף אַנדערע לשונות, װי למשל דער אַמעריקאַנער מחבר פֿיליפּ ראָט. דװקא באַשעװיס און ראָט קומען אױפֿן געדאַנק װען מען לײענט די מעשׂה „אַ משוגענער“. קאַלין דעפֿינירט איר זשאַנער װי „אַ שונד־נאָװעלע פֿון ייִדישן לעבן אין אַמעריקע“. דער הױפּטהעלד לײבל איז אַ רומענישער ייִדישער אַקטיאָר װאָס לעבט שױן לאַנגע יאָרן אין ניו־יאָרק. אַ לא־יוצלח, װאָס האָט מער ניט קײן קאָנטאַקטן מיט זײַן געװעזענער פֿרױ און זײַן דערפֿאָלגרײַכן זון, לעבט ער אין זײַנע עראָטישע חלומות װאָס זײַנען אַ מין פּסיכאָלאָגישע רעאַקציע אױף זײַן שפֿלותדיקן מצבֿ. ער איז אַ גײַסטלעכער ברודער סײַ פֿון באַשעװיסעס ניו־יאָרקער טיפּן, סײַ פֿון דעם געװעזענעם אַקטיאָר מיקי שבת, דעם העלד פֿון ראָטס ראָמאַן „דעם שבתעס טעאַטער“.
קאַלין האָט אַ פֿײַנעם חוש צו פּרטים, בפֿרט װען עס קומט צו רױם. זײַנע שטאָטישע לאַנדשאַפֿטן פֿון בוקאַרעשט, ניו־יאָרק, תּל-אָבֿיבֿ שאַפֿן אַן אַטמאָספֿער װאָס איז כּסדר דושנע און באַדריקנדיק. די רױמישע שילדערונגען פֿאַרגעבן אָפֿטמאָל די שטימונג פֿון דער גאַנצער מעשׂה. אָט איז למשל די באַשרײַבונג פֿון לײבלס צימער: „בײַ נאַכט האָט זיך דאָרט געשטעלט אַ געשטאַנק פֿון פֿײַכטקײט און קױטיק װעש, װאָס זײַן גענױערדיקער סיבה איז נישט גרינג געװען צו דערגײן. דאָס האָט אים אָבער װײניק געאַרט, װײַל לײבל האָט װױל געװוּסט, אַז אַזױ צי אַנדערש װעט ער מוזן אין אַ געװיסן מאָמענט אײַנפּאַקן װידער זײַנע זאַכן, אַרײַנװאַרפֿן אַלץ אין די צװײ גרױסע רענצלעך – און הײַדאַ אין דער װעלט אַרײַן.“ די צײַטװײַליקײט און אומזיכערקײט פֿון װאָסער ניט װױנאָרט איז אַ לײטמאָטיװ אין קאַלינס שאַפֿונג. דאַכט זיך, זײַנע העלדן קענען ניט פּטור װערן פֿון דער דאגה װעגן װױנאָרט, מעטאַפֿאָריש גערעדט, װעגן דעם פּלאַץ אין לעבן. צומאָל טרײַבן זײ די דאָזיקע אַנגסטן צו משוגעת אָדער אַפֿילו זעלבסטמאָרד. ייִדישע ליטעראַטור איז ניט קײן האָליװוּד. זי גלױבט ניט אין קיין גוטן סוף.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO