טויזנטער טרעפֿן זיך יעדן זונטיק אין מאַנהעטן צו פֿאָדערן אַהיימצוברענגען די פֿאַרכאַפּטע פֿון כאַמאַסThousands meet each Sunday in Central Park to demand Hamas’ return of the hostages
ס’רובֿ דעמאָנסטראַנטן האַלטן אַז ראשית-כּל דאַרף מען צוריקברענגען די פֿאַרכאַפּטע, און אויפֿן צווייטן אָרט — צעשמעטערן כאַמאַס
פֿון נאָוועמבער אָן, קומט יעדן זונטיק פֿאָר אַ מאַרש אין צענטראַל-פּאַרק אין מאַנהעטן, מיט דער לאָזונג „ברענגט זיי אַהיים, איצט!“. די באַטייליקטע, אַ געמיש פֿון ישׂראלים און אַמעריקאַנער ייִדן, גייען אַרום דעם רעזערוווּאַר מיט בילדער פֿון די ישׂראלים וואָס די ימח־שמוניקעס האָבן באַהאַלטן אין זייערע טונעלן אין עזה-פּאַס. אַ סך פֿון די דעמאָנסטראַנטן טראָגן העמדער, היטלען און טראַנספּאַראַנטן מיט דער פֿריִער דערמאָנטער לאָזונג און געוויינטלעך רעדט פֿאַרן עולם אַ קרובֿ פֿון די פֿאַרכאַפּטע. דערנאָך זינגט מען שטיל אַ ריי באַקאַנטע העברעיִשע לידער ווי „כּל העולם כּולו“ און „התּיקווה“.
לכתּחילה האָט די מאַניפֿעסטאַציע צוגעצויגן בלויז אַ פּאָר הונדערט מענטשן, אָבער מיט דער צײַט האָט זיך דער עולם צעוואַקסן, און הײַנט באַטייליקן זיך בערך אַ צוויי טויזנט.
איך אַליין פֿאָר שוין חדשים לאַנג אויף די פֿאַרזאַמלונגען. אין נאָוועמבער האָב איך זיך דאָרט געטראָפֿן מיט מיכאל פֿײַגנבאַום, אַ געבוירענעם אין דער שווייץ, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין חיפֿה און געוואָרן אַ דערפֿאָלגרײַכער טענצער און כאָרעאָגראַף. אין די לעצטע יאָרן איז ער אויך טעטיק אין דער ישׂראל־פּאַלעסטינער אָרגאַניזאַציע „קעמפֿער פֿאַר שלום“. בעת אַן אינטערוויו מיטן פֿאָרווערטס האָט ער געזאָגט אַז ער גייט אויף פֿאַרשידענע מאַניפֿעסטאַציעס לטובֿת די פֿאַרכאַפּטע, סײַ פֿאַרן „יו־ען“ סײַ פֿאַרן ישׂראלדיקן קאָנסולאַט.
„איך האָב ליב דעם באַגריף פֿון אַ מאַרש, ווײַל ס׳איז שענער און פּאָזיטיווער פֿון רק שטיין פֿאַר אַ בנין,“ האָט פֿײַגנבאַום געזאָגט. אין 2018 איז ער געלאָפֿן אינעם ניו־יאָרקער מאַראַטאָן אין איינעם מיט אַ פּאַלעסטינער פּאַרטנער, „אָבער איצט נעם איך אָנטייל אין די פּראָטעסטן כּדי צוריקצוברענגען די פֿאַרכאַפּטע ווײַל דאָס מוז שטיין אויף דער העכסטער פּריאָריטעט — אויך פֿון אַ זיכערהייט שטאַנדפּונקט,“ האָט ער געזאָגט.
זינט די ערשטע מאַרשן הערשט דאָרט אַ פּאָליטיש נייטראַלע שטימונג. אָבער וואָס לענגער עס ציט זיך די מלחמה אַלץ מער דערמאָרדעט מען די פֿאַרכאַפּטע. דערווײַל גלייבן אַ סך ישׂראלים אַז דער איינציקער עפֿעקטיווער אופֿן פֿון ראַטעווען די ערובֿניקעס איז דורך אַ הסכּם מיט כאַמאַס – עפּעס וואָס די ישׂראל-רעגירונג שטעלט זיך אַנטקעגן צוליב דעם צו הויכן פּרײַז. קען מען איצט זען אויף די דעמאָנסטראַציעס אין צענטראַל־פּאַרק אַ בפֿירושע דריק-קאָמפּאַניע, פֿאָדערנדיק אַז מע זאָל פֿעסט אײַנשטעלן די פּריאָריטעטן: ראשית-כּל צוריקברענגען די פֿאַרכאַפּטע, און אויפֿן צווייטן אָרט — צעשמעטערן כאַמאַס. בײַם מאַרש דעם 21סטן דעצעמבער האָט מען אינעם פֿאַרשנייטן פּאַרק קלאָר געקענט זען אָט דעם בײַט בײַ די דעמאָנסטראַנטן.
מאָריס שנײַדער, אַ פֿעטער פֿונעם פֿאַרכאַפּטן עופֿעלע כּפֿיר ביבאַס, האָט גערעדט פֿאַרן עולם און געמאָלדן אַז ס’איז יענעם טאָג געווען דער געבוירן-טאָג פֿון זײַן אייניאָריקן פּלימעניק. „מיר מוזן האָבן תּיכּפֿדיקע מעשׂים,“ האָט שנײַדער געזאָגט. „דערפֿאַר האָבן די משפּחות אין ישׂראל דעמאָנסטרירט אין חיפֿה, ירושלים, תּל-אָבֿיבֿ, און פֿאַר פּרעמיער בנימין נתּניהוס הויז אין קיסריה.“
ער האָט דערקלערט אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג „דאַרף זײַן ערלעך מיט אונדז… מיר האָבן אַלע ליב ישׂראל, און שטיצן די רעגירונג אינעם קאַמף, אָבער מיר רופֿן אויך אַז זי זאָל אומקערן די פֿאַרכאַפּטע צום אַלעם ערשטן.“ דאָס האָט שנײַדער שוין געזאָגט מיט אַ צעבראָכענער שטימע, וואָס האָט אַרויסגערופֿן טרערן בײַ אַ סך פֿון די צוהערער.
אויף דער מאַניפֿעסטאַציע האָט מען אויך געזען אַ פּאָר אַנטי-ביבי שילדן. רוני תּמרי, אַ דאָקטערשע וואָס שטאַמט פֿון רמת-גן אָבער וווינט שוין 20 יאָר אין ניו-יאָרק, האָט געהאַלטן אַ שילד מיטן אויפֿשריפֿט: „דורך ביבי וועלן די פֿאַרכאַפּטע קיינמאָל נישט באַפרײַט ווערן. מע מוז קודם פֿון אים פּטור ווערן ווײַל איז דער מיכשול פֿאַר זייער באַפֿרײַונג.“ תּמרי, וואָס איז טעטיק אין ישׂראלדיקע שלום-איניציאַטיוון, האָט מיר דרך־אַגבֿ געזאָגט אַז איר זיידע איז געווען דער באַרימטער ישׂראלדיקער מחבר און פֿאָרשער יהודה סלוצקי, וואָס האָט געטאָן אַ טייל פֿון זײַן פֿאָרשאַרבעט בײַם ייִוואָ.
רעדנדיק וועגן ייִוואָ, קומט שטענדיק אויף די מאַרשן דער ייִוואָ-פֿאָרשער עדי פּאָרטנוי אין איינעם מיט זײַן ווײַב מירה, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ קיבוץ ניט װײַט פֿון די קיבוצים װאָס כאַמאַס האָט אַטאַקירט. „מיר קענען אַליין מענטשן װעמענס קינדער זײַנען דערהרגעט געװאָרן אָדער געכאַפּט געוואָרן פֿונעם כאַמאַס,“ האָט פּאָרטנוי געזאָגט. „די מאַרשן זענען אַן אופֿן צו לאָזן אַלעמען וויסן אַז מענטשן איבער דער גאַנצער װעלט װילן אַז מע זאָל טאָן אַלץ מעגלעך אַהיימצוברענגען די פֿאַרכאַפּטע.“
מיך האָט שטאַרק גערירט צו זען דאָרט אַ קוזין פֿון דער 39־יאָריקער כּרמל גת — איינע פֿון די געציילטע פֿאַרכאַפּטע פֿרויען וואָס געפֿינען זיך נאָך אַלץ אין געפֿאַנגענשאַפֿט. דער קרובֿ, גוסטאַבאָ מאַדזשוק-ברוקנער און זײַן פֿרוי בינאַ האָבן בשעת דער מאַניפֿעסטאַציע געטראָגן אַ בילד פֿון איר. כּרמל, וואָס וווינט און אַרבעט ווי אַ טעראַפּעווטקע אין תּל־אָבֿיבֿ, איז געהאַט געקומען אין קיבוץ בארי שׂמחת-תּורה כּדי צו באַזוכן איר מאַמען. די ישראלדיקע געפֿאַנגענע וואָס מע האָט שוין באַפֿרײַט האָבן מודיע געווען אַז כּרמל פֿירט אין געפֿאַנגענשאַפֿט אָן מיט יאָגאַ-קלאַסן אי פֿאַר קינדער, אי פֿאַר דערוואַקסענע.
גוסטאַבאָ לעבט שוין 13 דורות אין ישראל. אַ טייל פֿון זײַן משפּחה האָט אַ מאָל געלעבט בשלום מיט אַראַבער אינעם דרוז־אַראַבישן שטעטל פּקיעין. אַ טייל זענען אַפֿילו געווען צווישן די גרינדער פֿון קיבוץ דגניה ב’. „אַלע זענען לינק געשטימט און גלייבן אַז שלום און קאָ־עקזיסטענץ זענען מעגלעך,“ האָט גוסטאַבאָס ווײַב בינאַ געזאָגט.
פֿון דעסטוועגן קען מען אויף די דעמאָנסטראַנטן אין צענטראַל־פּאַרק זען, אַז אַפֿילו בײַ די לינק־געשטימטע ישׂראלים איז דאָס באַקעמפֿן די שׂונאים נישט אַזוי דרינגענדיק ווי צו ראַטעווען די לעבעדיקע — אַפֿילו אויב מע דאַרף באַצאָלן אַ הויכן פּרײַז — און דערבײַ מקיים זײַן די מיצווה פֿון פּדיון-שבֿויים.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO