Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

חורבן עזה (ליד) Devastation in Gaza (poem)

דער מחבר פֿונעם ליד, טל חבֿר־כיבאָווסקי, דריקט אויס זײַן צעריסנקייט לגבי דעם וואָס געשעט אין עזה אין נאָמען פֿון זײַן פֿאָלק

אין מיטן גרויל
פֿאַראַן אַ רגע
ווען עס גלוסט זיך מיר
אַרויסצונעמען זיך פֿון כּלל.
פּונקט דעמאָלט רעדט אַ שטים אין מיר:
ווי קענסטו לייקענען דײַן שטאַם
אַז טרערן אויף דײַן ייִנגלס באַק
דערמאָנען דיר אין חורבן
בית־המיקדש ?
ווען חורבן עזה הייבט זיך אָן
געפֿין איך זיך אין גערניקאַ.
ניט מעטאַפֿיזיש,
ניט פֿיגוראַטיוו,
נאָר דאָרטן ממש,
ווי אַ טוריסט,
אַ פֿרישער טאַטע מיט זײַן זון און מיט זײַן מאַמען
אין אַן אַלטן קאַראַוואַן,
אַ פֿאָרנדיקער היים וואָס איז מער ערד
פֿון אַלע לענדער אין דער וועלט
אין דעם מאָמענט.
אין טעלעפֿאָן
דערמאָנט מײַן טאַטע מיר
אין אַבא קאָוונערס שורה:
„גערניקא אויף יעדן בערגל“.
אָנגעשריבן האָט ער זי
אין נײַנצן הונדערט נײַן און פֿערציק
ווי אַן אָפּרוף אויף דער ערשטער נאַקבאַ.
מיר פֿאָרן ווײַטער
ביז סוף־מערבֿ —
פֿיניסטעראַ —
„סוף פֿון לאַנד“.
אין קאַראַוואַן אין דעם פֿאַרמאַכטן
רעד איך צו דער מיזרח־וואַנט
אַזוי צו זאָגן:
שמע ישׂראל, אין דײַן נאָמען
און אין מײַנעם טוט מען דאָס.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version