חמישה־עשׂר און שבֿועות האָבן מיר פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון ארץ־ישׂראל — אָבער אויף אַן אַנדער אופֿןBoth Tu B’Shvat and Shavuot gave us a taste of the Land of Israel, but in different ways
קאַדיע מאָלאָדאָווסקי דערציילט ווי דער טאַטע האָט געפּרוּווט פֿאַרלענגערן די חמישה־עשׂר־פֿײַערונג כּדי צופֿרידן צו שטעלן זײַנע קינדער
[דאָס איז אַן אויסצוג פֿון אַ קאַפּיטל זכרונות פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, „ויהי — און עס איז געווען אַ מאָל, אַ מאָל“]
איין מאָל אַ יאָר פֿלעגט ארץ־ישׂראל קומען צו אונדז אין שטוב מיט דער גאַנצער לוסטיקייט פֿון אַן אָנגעלייגטן גאַסט וואָס מען קוקט אויס אויף אים. און איין מאָל אַ יאָר פֿלעגן מיר פֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל, נישט מיט קיין שיף, און נישט מיט קיין באַן, און אַפֿילו נישט מיט קיין וואָגן, נאָר אַ נסיעה איז עס געווען אַ לאַנגע.
ארץ־ישׂראל איז צו אונדז אָנגעקומען חמישה־עשׂר־בשבֿט. דער טאַטע פֿלעגט קומען פֿון בית־מדרש מיט באָקסער און געטריקנטע פֿײַגן און אַוועקלייגן אויפֿן טיש דאָס פּאַפּירענע זעקעלע מיט די ארץ־ישׂראל־פּירות. אונדזערע עפּל און באַרנעס און פֿלוימען זײַנען ניט געווען קיין פּירות, נאָר פֿרוכט. די באָקסער און די פֿײַגן זענען געווען ארץ־ישׂראל־פּירות. זיי האָבן זומערדיק געמאַכט דעם ווינטער און פֿאַרטריבן די קעלט. מען האָט געוווּסט אַז אין ארץ־ישׂראל הייבן אָן אין יענעם טאָג צו בליִען די ביימער, אָבער בײַ אונדז האָט דער פֿרילינג אינמיטן ווינטער געדויערט בלויז איין טאָג. עס איז אַריבער חמישה עשׂר. ניטאָ קיין באָקסער, ניטאָ קיין פֿײַגן, ניטאָ קיין פֿרילינג. ס׳איז ווידער ווינטער.
איין מאָל האָט דער טאַטע, זעט אויס, געוואָלט אונדז לינדערן דעם פֿאַרלוסט פֿון דעם צו־קורצן פֿרילינג און האָט געזאָגט אַז איבער אַ יאָר וועט ער אויסשרײַבן פֿון ארץ־ישׂראל אַ וואַגאָן באָקסער. אַ וואַגאָן באָקסער איז דאָך שוין אַ פֿרילינג ניט אויף איין טאָג. האָבן מיר אַ גאַנץ יאָר אויסגעקוקט, אַז עס זאָל שוין קומען חמישה עשׂר מיטן וואַגאָן באָקסער. נאָר וואָס עס האָט זיך אויסגעלאָזט פֿון דער דערוואַרטונג איז פּשוט אַ ווילענצע צו דערציילן. דער בעל־עגלה וואָס האָט געזאָלט ברענגען דעם וואַגאָן באָקסער האָט געזאָגט, אַז די באַן האָט אַ פֿײַף געטאָן און איז פֿאַרבײַגעפֿלויגן אונדזער סטאַנציע אָן אַן אָפּשטעל.
יאָר נאָך יאָר האָבן מיר געהאָפֿט אַז די באַן מיטן וואַגאָן באָקסער וועט זיך ווען עס איז אָפּשטעלן. מיר האָבן געוואַרט געדולדיק, ווי מען וואַרט אויף משיחן און קיינמאָל ניט פֿאַרלוירן די האָפֿענונג. מיר האָבן דאָך געזען באַשײַמפּערלעך, אַז אי די באָקסער און אי די פֿײַגן זײַנען דאָ. אי ארץ־ישׂראל איז דאָ און די ביימער בליִען דאָרט. אײַ, וואָס די באַן גיט אַ פֿײַף און שטעלט זיך ניט אָפּ, איז דאָס די שולד פֿון דעם קאָנדוקטאָר, און צוליב אים פֿאַרלירט מען ניט די האָפֿענונג אויף אַ לאַנגן פֿרילינג.
גאָר אַנדערש איז געווען אונדזער נסיעה קיין ארץ־ישׂראל. דעם ערשטן טאָג שבֿועות, פֿאַר טאָג, נאָך איידער מען גייט אין בית־מדרש, פֿלעגט אונדז דער טאַטע אויפֿוועקן און לייענען מיט אונדז די מגילה רות. דאָס אויפֿשטיין גאַנץ פֿרי האָט אויסגעזען ווי זיך גרייטן צו אַ לאַנגער רײַזע. די מגילה רות הייבט זיך אָן מיטן וואָרט „ויהי“, און דער טאַטע האָט אונדז אָפּגעטײַטשט: „און עס איז געווען אַ מאָל, אַ מאָל“. און דאָס וואָרט „ויהי“ מיטן אַ מאָל, אַ מאָל, האָבן זיך באַלד אַ צי געטאָן ווי פֿאַנטאַסטישע רעדער איבער ווײַטע צײַטן און שטרעקעס ערגעץ־וווּ אין מרחקים, און נאָך איידער מיר זײַנען צוגעקומען צו דער מעשׂה פֿון נעמי און רות זײַנען מיר שוין געפֿאָרן ערגעץ־ווײַט, צו דעם „ויהי“, — אַ מאָל, אַ מאָל.
אין דרויסן איז נאָך געווען פֿאַרטאָגיק בלוילעך, פֿאַרבײַ די פֿענצטער איז דורכגעגאַנגען דער הינקעדיקער פּאַסטעך מיט אַ טאָרבע אויפֿן אַקסל און מיט אַ ריטל אין האַנט און האָט געטריבן אַ טשערעדע קי פֿון שטעטל צו די לאָנקעס. דער פּאַסטעך איז געגאַנגען פּאַמאַלעך און די קי האָבן זיך אויך ניט געאײַלט, און זיי האָבן זיך געצויגן צו דעם ווײַטן „ויהי“ וווּהין מיר האָבן זיך געקליבן פֿאָרן.
עס איז געווען פּונקט אַזאַ פֿאַרטאָג ווי דעמאָלט ווען עס האָט זיך „אויפֿגעהויבן“ נעמי מיט איר שנור רות און „זי האָט זיך אומגעקערט פֿון די פֿעלדער פֿון מואבֿ“ צוריק צו איר היים, פֿאַרשטייט זיך, קיין ארץ־ישׂראל, און מיר האָבן זיך מיט זיי, מיט נעמי און רות, געצויגן אין יענעם פֿאַרטאָג צום ויהי.
און אַז עס איז געקומען צו די ווערטער „בימי שפוט השופטים“ זײַנען מיר שוין געווען ווײַט אין די מרחקים. דער טאַטע האָט געטײַטשט וואָרט בײַ וואָרט — און מיר האָבן שוין געוווּסט פֿון פֿאַראַיאָרן שבֿועות אַז רות וועט גיין צו די פֿעלדער פֿון בועז און וועט דאָרט קלײַבן זאַנגען. מיר זײַנען געווען זייער דאַנקבאַר בועזן וואָס ער האָט זי גוט אויפֿגענומען, האָט איר געגעבן עסן און טרינקען און נאָך איר מיטגעגעבן אַ בינטל זאַנגען וואָס זי האָט געבראַכט צו איר שוויגער נעמי. דערנאָך זײַנען מיר געגאַנגען מיט בועזן צום טויער פֿון שטאָט וווּ עס זײַנען געזעסן די זקנים, דאָס הייסט די שופֿטים. דאָס גאַנצע פֿאָלק איז געקומען אַ קוק טאָן אויף אים, אויף בועזן, און מיר זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, אויך געגאַנגען און געזען און געהערט ווי ער רעדט מיט די שופֿטים און עס ווערט באַשטימט זײַן חתונה מיט רות.
יאָר נאָך יאָר, יעדן שבֿועות, זײַנען מיר געפֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל צו דער חתונה פֿון בועזן מיט רות, און מיר זײַנען שוין געווען אויסגעבונדן מיט די שופֿטים וואָס זיצן בײַם טויער און מישפּטן דאָס פֿאָלק.
ווען איך בין מיט „אַ פּאָר יאָר“ שפּעטער געקומען קיין ארץ־ישׂראל האָב איך בײַם אַרײַנפֿאָרן קיין ירושלים זיך אַרומגעקוקט, געזוכט די שופֿטים וואָס זיצן בײַם טויער פֿון שטאָט, נאָר אַנטקעגן מיר איז אָנגעקומען אַ תּימנער ייִד וואָס האָט געריטן אויף אַן אייזעלע און איך בין געווען כּמעט ווי זיכער, אַז ער איז אַן אור־אייניקל פֿון בועז און מיר זײַנען אַלטע באַקאַנטע, נאָך פֿון די צײַטן פֿון „ויהי — אַ מאָל, אַ מאָל“.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO