Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

און אַלץ צוליב אַ יאַרמלקע!And all this – because of my yarmulke!

כ’האָב לעצטנס געהערט אַ זאַך וואָס געפֿעלט מיר: דער בעסטער אופֿן צו באַקעמפֿן אַנטיסעמיטיזם איז… זײַן מער ייִדישלעך.

אפֿשר דאַרף מען טראָגן אָפֿטער אַ יאַרמלקע אין דרויסן…

ווען איך האָב דאָס געטאָן לעצטנס, האָט עס אַרויסגערופֿן אַ פּאָר טשיקאַװע בעגעגענישן, אַרײַנגערעכנט איינס מיט אַ מחמדאַנער, װאָס האָט מיר געװוּנטשן אַ „שבת־שלום“.

איך בין װײַט פֿון פֿרום. איך היט נישט שבת. כ׳האַלט נישט כּשר. כאָטש איך עס נישט קיין חזיר־פֿלייש, נעם איך יאָ פֿון צײַט צו צײַט אין מויל אַרײַן אַ שרימפּ אָדער צוויי. און אויב איך קען זיך דאָס פֿאַרגינען — האָמאַר. במילא טראָג איך נישט קיין יאַרמלקע.

פֿונדעסטװעגן, װען איך פֿאָר אין שיל מיטן עפֿנטלעכן טראַנספּאָרט, טראָג איך יאָ מײַן העל־בלויע, בונט־געבלימלטע יאַרמלקע, װאָס איך האָב באַקומען מיט עטלעכע יאָר צוריק בײַ דער בת־מיצווה פֿײַערונג פֿון אַ מיידל אין מיאַמי ביטש וואָס איך האָב אַפֿילו נישט געקענט.

מײַן געדאַנקען־גאַנג איז אַזוי: אויב איך בין נישט קיין פֿרומער ייִד וואָלט דאָס טראָגן אַ יאַרמלקע יעדן טאָג אויסגעזען אַ ביסל היפּאָקריטיש. אָבער אויב איך בין אויפֿן װעג אין שיל, האָב איך שוין אַ גוטן תּירוץ.

זינט דעם 7טן אָקטאָבער און דעם אויפֿשטײַג פֿון אַנטיסעמיטישע פֿאַלן איבער דער װעלט, הערט מען אַ סך אַז מע דאַרף זיך היטן מיטן טראָגן סימנים פֿון אונדזער ייִדישקייט אויף דער גאַס, און אפֿשר זאָל מען זיי אַפֿילו אין גאַנצן נישט טראָגן. איך האַלט פֿאַרקערט.

מיט צוויי חדשים צוריק בין איך געװען אויף קבלת־שבת אין דער שיל „בית שׂימחת־תּורה“ (CBST) אין מענהעטן, און די ראַבינערטע שאַראָן קלײַנבאַום האָט אונדז — אַ גרופּע לגבט״ק (לעסבישע, גיי, ביסעקסועלע, טראַנסמיניקע און קװירע) יחידים — געעצהט, אַז דער בעסטער אופֿן צו קעמפֿן קעגן אַנטיסעמיטיזם איז… זײַן מער ייִדישלעך! כ׳האַלט שטאַרק פֿון אָט דעם געדאַנק. ווען איך טראָג די יאַרמלקע באַצי איך זיך צו אַלעמען מיט העפֿלעכקייט און פֿרײַנדלעכקייט. אַזוי האָף איך צו דינען ווי אַ גוטער אַמבאַסאַדאָר פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק.

ס׳דויערט בערך אַ שעה צײַט צו פֿאָרן פֿון מײַן וווינונג אין ריװערדייל, בראָנקס, ביז „בית שׂימחת תּורה“, װאָס געפֿינט זיך אין דער געגנט פֿון פּען־סטאַנציע, אויף 34סטער גאַס אין מאַנהעטן. כ׳מוז פֿאָרן צו ערשט מיט אַן אויטאָבוס און דערנאָך מיט דער אונטערבאַן. ס׳אַ לאַנגע נסיעה.

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָב איך ערבֿ־שבת געװאַרט אויפֿן אויטאָבוס אין דער ביטערער קעלט, צוזאַמען מיט אַ מחנה שפּאַניש־רעדנדיקע דאָמיניקאַנער — מײַנע שכנים. אין צפֿון־ריװערדייל, אויב מ׳איז נישט קיין ייִד אָדער אירלענדער, מוז מען זײַן אַ דאָמיניקאַנער. דער אויטאָבוס איז סוף־כּל־סוף אָנגעקומען, און מיר, די פֿאַרפֿרוירענע פּאַסאַזשירן, האָבן זיך אַרײַנגעזעצט אין דעם װאַרעמען אויטאָבוס.

תּיכּף הייבט זיך אויף אַ פֿרוי אין אַ לאַנגער ספּאָדניצע און נעמט שרײַען אויף שפּאַניש װעגן יעזוס קריסטוס און אַז דאָס פּראַװען ניטל װי מע פּראַװעט הײַנט צו טאָג, מיט אַ טיש פֿול מיט משקה, איז גלײַך ווי מע פּראַוועט דאָס זינדיקן. װי אַ גוטע מיסיאָנערקע האָט זי געהאַלטן אַ הויפֿן פּאַמפֿלעטעלעך און געפּרוּװט זיי אויסטיילן.

ווען זי איז אָנגעקומען צו מיר האָט זי מיר אויך דערלאַנגט אַ פּאַמפֿלעט. האָב איך איר געװיזן די יאַרמלקע און געזאָגט: „יאָ סוי כודיִאָ“ (שפּאַניש פֿאַר „איך בין אַ ייִד“). בייגט זי זיך נענטער צו מיר און זאָגט שטילערהייט: „אויכעט די ייִדן קענען תּשובֿה טאָן, און געראַטעװעט װערן דורך אונדזער האַר, יעזוסן.“ כ׳האָב געשאָקלט מיטן קאָפּ אויף ניין, אָבער גאָרנישט נישט געענטפֿערט, און זי איז געגאַנגען ווײַטער.

פּלוצלינג האָט זי אָנגעהויבן  מיט די ייִדן, אַז די ייִדן האָבן פֿאַרלייקנט יעזוסן און אים געשיקט געקרייצט צו װערן. „אָבער גאָט איז אַ פֿאָטער!“ האָט זי געשריגן. „גאָט האָט אַלע באַשעפֿענישן, אַלע מענטשן ליב — אַפֿילו די ייִדן! ס׳איז קיין מאָל נישט צו שפּעט תּשובֿה צו טאָן און אָנצונעמען יעזוסן פֿאַר ליב!“ כ׳האָב זיך נישט באַליידיקט. זי מיינט אַז זי טוט גאָטס אַרבעט. איך פֿאַרשטיי — איך בין אויפֿגעװאַקסן אין מיסיסיפּי און האָב געהערט אַ שלל מיט אַזעלכע רעדעס.

דער אויטאָבוס איז אָנגעקומען צו דער אונטערבאַן־סטאַנציע. כ׳האָב זיך אַװעקגעזעצט אין דער 1־באַן און אַרויסגענומען דאָס בוך „דער ראַדיקאַלער אײַזיק — י.ל. פּרץ און דער אויפֿשטײַג פֿון ייִדישן סאָציאַליזם“ פֿון עדי מהלאל.

פּלוצלעם דערהער איך לעבן מיר אַ שטילן „שבת שלום“.

איך הער אויף לייענען און דערזע אַ יונגן, שװאַרץ־חנעװדיקן מאַן מיט אַ באָרד און פּעך־שװאַרצע אויגן. ער׳ט געטראָגן אַ לאַנגן גרויען מאַנטל, אַ שװאַרץ שאַליקל און שיינע, גלאַנציקע שיך. אַ פּנים האָט ער באַמערקט די יאַרמלקע. „אַזוי זאָגט מען? שבת שלום?“ פֿרעגט ער.

ענטפֿער איך: „נו, איך אַליין זאָג ׳גוט־שבת׳ אָבער יאָ, אַזוי זאָגט מען — ׳שבת שלום׳“.

ער גיט מיר אַ וואַרעמען שמייכל און איך פֿרעג אים: „פֿון װאַנען קומט איר?“

„פֿון סאַודי־אַראַביע.“

אַן אומבאַקװעמע שטילקייט. ס׳איז מיר תּיכּף געקומען אין זינען דער מצבֿ אין ישׂראל און פּאַלעסטינע. טראַכט איך: װוּהין װעט פֿירן דער אָ שמועס? װאָס זאָל איך זאָגן?

נאָך אַ װײַלע, װאָס האָט זיך מיר געדאַכט אַן אייביקייט, האָט ער מיר געזאָגט: „דאַרפֿסט באַזוכן סאַודי־אַראַביע. ס׳איז זייער אַ שיין לאַנד. כאָטש צוליב דער איצטיקער לאַגע איז עס נישט קיין גוטע צײַט אַהינצופֿאָרן….“

„ס׳איז אויך זייער טײַער צו פֿאָרן אויף אַזאַ רײַזע,“ האָב איך געענטפֿערט. „איך בין אַפֿילו נאָך קיין מאָל נישט געפֿאָרן קיין ישׂראל.“

„טאַקע? אָבער איר דאַרפֿט נישט אַלע פֿאָרן קיין ישׂראל?“

כ׳האָב געמיינט אַז אפֿשר רעדט ער װעגן די געבורטרעכט־רײַזעס קיין ישׂראל אָדער געהאַלטן אַז ישׂראל איז גלײַך װי די מוסולמענישע הייליקע שטעט מעקאַ און מעדינע.

„ניין. װער עס װיל, קען פֿאָרן, אָבער ס׳איז נישט קיין מוז,“ האָב איך געענטפֿערט. „נישט אַלע ייִדן פֿילן אַ שטאַרקע פֿאַרבינדונג צו ישׂראל, כאָטש עס זענען דאָ אַ סך ייִדן װאָס פֿילן יאָ אַזוי. אָבער קען אַ ייִד טאַקע באַזוכן סאַודי־אַראַביע?“

„אָ יע! ס׳איז אַפֿילו דאָ אַ רבֿ, װאָס װוינט דאָרט.“

„דאָס איז מיר אַ חידוש,“ זאָג איך. „אַנטשולדיקט, װי הייסט איר?“

„כ׳הייס סאַלע.“

„און איך הייס משהלע.“

„זייער אײַנגענעם.“

און מיר האָבן זיך געדריקט די הענט.

פּלוצלעם צעעפֿנט זיך די טיר צװישן די װאַגאָנען, און װער באַװײַזט זיך דאָרטן? די מיסיאָנערקע! זי האָט געװאָלט ממשיך זײַן מיט איר שליחות אויך אין דער אונטערבאַן. אַצינד איז איר פּריידיקן געװען אַ ביסל שטילער, נישט אַזוי היסטעריש. מסתּמא האָט דאָס שרײַען וועגן יאָשקען און תּשובֿה טאָן זי פּשוט אויסגעמוטשעט.

זי גייט פֿון איין פּאַסאַזשיר צום צװייטן און שטעלט זיך אָפּ בײַ מיר. איך הער אויף צו רעדן מיט סאַלען. זי האָט זיך איבערגעבויגן איבער מיר, געקוקט מיר גלײַך אין די אויגן אַרײַן און שמייכלענדיק געשעפּשעט: „יעזוס האָט דיך ליב“ און איז אַוועק אינעם צווייטן װאַגאָן.

איך מיט סאַלען האָבן ווײַטער געפֿירט דעם שמועס. ער װוינט אין ניו־יאָרק שוין דרײַ יאָר און שטודירט כעמיע. האָב איך אים דערציילט אַז איך לערן אַ שפּראַך װאָס הייסט ייִדיש. „האָסט אַ מאָל געהערט פֿון אַזאַ שפּראַך?“ האָב איך אים סקעפּטיש געפֿרעגט.

„יאָ, ס׳איז אַ ביסל װי דײַטש, אמת?“

„אמת,“ האָב איך געזאָגט, אַ געבלעפֿטער.

מיר האָבן  דערמאָנט די מלחמה אין ישׂראל און פּאַלעסטינע. ער האָט געזאָגט אַז דאָס װאָס כאַמאַס האָט אָפּגעטאָן איז געװען שרעקלעך. אין סאַודי־אַראַביע, זאָגט ער, הערט מען אויף טעלעװיזע װי מע בושעװעט קעגן די ייִדן, אָבער ער אַליין האַלט נישט אַזעלכע מיינונגען.

האָב איך אים געזאָגט אַז דאָס װאָס קומט פֿאָר אין עזה איז שרעקלעך, און אַז לויט מײַן מיינונג, רודפֿט די ישׂראלישע רעגירונג דאָס פּאַלעסטינער פֿאָלק, אָבער צום באַדויערן פּלאָנטערן אַ סך מענטשן די ישׂראלישע רעגירונג מיט ייִדן בכלל, און דאָס איז נישט די זעלביקע זאַך. נישט אַלע ייִדן זענען מסכּים מיט דעם װאָס די ישׂראלישע רעגירונג טוט, און די רעגירונג רעפּרעזענטירט נישט אַלע ייִדן.

רעדנדיק אַזוי אָפֿנהאַרציק האָב איך דרייסט אַ פֿרעג געטאָן: „װוּהין פֿאָרט איר איצטער?“

„כ׳טרעף זיך מיט אַן אַלבאַנישן חבֿר. מיר גייען עסן אין אַ רעסטאָראַן. און איר?“

סאַלע האָט מיר אויסגעזען װי אַן אויפֿגעקלערטער, האָב איך געװאָלט זען ווי ער וועט רעאַגירן ווען איך זאָג אים דעם אמת. „איך פֿאָר אין אַ ׳גיי׳ שיל.“

„אַזאַ זאַך איז דערלויבט?!“ פֿרעגט ער.

„אַ פּנים יאָ! די שיל עקסיסטירט שוין 50 יאָר.“

ער האָט מיך געפֿרעגט צי מע דערלויבט האָמאָסעקסועליזם אין דער ייִדישער רעליגיע. האָב איך אים דערקלערט דעם אונטערשייד צװישן די פֿאַרשיידענע שיטות. טייל זענען מער ליבעראַל װי אַנדערע. נישט ווי אין איסלאַם. ער האָט באַשטעטיקט אַז עס איז טאַקע נישטאָ קיין „ליבעראַלער“ איסלאַם.

 סאַלע האָט אויסגעדריקט מיטגעפֿיל פֿאַר די האָמאָסעקסואַליסטן אין סאַודי־אַראַביע, װײַל זיי דאַרפֿן לעבן באַהאַלטענערהייט. ער האָט מיר געזאָגט װעגן אַן אַמאָליקן קלאַסישן פּאָעט פֿון סאַודי־אַראַביע, אַבו נואוּאַס — אַז אַלע לערנען זיך זײַן פּאָעזיע און װייסן אַז ער איז געװען גיי, אָבער קיינער רעדט נישט װעגן דעם.

„ס׳איז זייער שיין צו רעדן מיט אײַך — מאַכט ער— כ׳האָב קיין מאָל פֿריִער נישט גערעדט מיט עמעצן װעגן אַזעלכע טעמעס, װי פּאָליטיק. בפֿרט אין דער אונטערבאַן.“

„דאָס איז אויכעט מײַן ערשט מאָל. גוט װאָס איר האָט מיר געזאָגט ׳שבת־שלום׳!“

מיר זענען אָנגעקומען אין פּען סטאַנציע. ער האָט מיר אַויסגעשטרעקט די האַנט. „אַ פֿאַרגעניגן זיך צו באַקענען מיט אײַך.“

„בײַ מיר דאָס אייגענע.“

ער איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן צװישן דעם עולם. כ׳װייס נישט זײַן פֿאַמיליע. מסתּמא װעל איך אין אַזאַ גרויסער שטאָט װי ניו־יאָרק אים מער נישט זען. אַ שאָד וואָס ער וועט קיין מאָל נישט וויסן װאָס פֿאַר אַ רושם ער האָט געמאַכט אויף מיר.

סוף־כּל־סוף בין איך אָנגעקומען אין בית שׂימחת תּורה. טאַקע געווען אַ שיין דאַווענען… נאָך דעם האָב איך זיך געקליבן אין וועג אַרײַן. אַז איך בין אָנגעקומען צום ראָג, דערפֿיל איך ווי עמעצער גיט מיר אַ טאַפּ אין דער פּלייצע. כ׳דריי זיך אויס און דערקען איינעם פֿון די מתפּללים — אַ קליינטשיקער מיט אַרויפֿגעדרייטע וואָנציעס.

„אַנטשולדיקט,“ האָט ער געזאָגט. „אפֿשר האָט איר נישט באַמערקט אָבער איר טראָגט נאָך אַלץ די יאַרמלקע.“

כ׳האָב אים געגעבן אַ שמייכל. „יאָ, איך ווייס,“ האָב איך געזאָגט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.