טשיקאַוועסן: ישׂראלדיקער ספֿר־תּורה־פּראָיעקט ציט צו סעקולערע ייִדן אויךTidbits: Israeli Torah scroll writing project attracts secular Jews, too
זינט דער כאַמאַס־שחיטה אין ישׂראל האָבן צענדליקער טויזנטער ייִדן זיך באַטייליקט אין דעם אַלטן מינהג
Tidbits is a weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both!
If you read the articles and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief. Listen to the report here:
זינט דער כאַמאַס־שחיטה אין ישׂראל דעם 7טן אָקטאָבער האָבן צענדליקער טויזנטער ייִדן — סײַ פֿרומע סײַ פֿרײַע — זיך באַטייליקט אין אַן אַלטן מינהג: שרײַבן אַ ספֿר־תּורה.
אַ ספֿר־תּורה שרײַבט מען מיט שוואַרצן טינט, ניצנדיק אַ גענדזענע פֿעדער.
דער איניציאַטאָר פֿון דעם פּראָיעקט איז הרבֿ דוד אַבֿרהם — אַ סופֿר פֿון דער שטאָט אלעד. יעדער ווער עס וויל קען אָנשרײַבן אַן אות. כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז קיין גרײַזן פֿאַלן נישט אַרײַן, צייכנט הרבֿ אַבֿרהם די סכעמע פֿון די אותיות און די באַטייליקטע מאָלן אַרײַן דעם בלויז מיטן טינט.
איין פֿרוי וואָס האָט זיך באַטייליקט איז מיכל דוד, אַ סעקולערע 63־יאָריקע קינסטלערין פֿון ראשון לציון.
„ווען איך זע אַ געלעגנהייט צו פֿאַרבינדן מײַן ישׂראלדיקע אידענטיטעט מיט מײַנע ייִדישע וואָרצלען, ציט עס מיך גלײַך צו,“ האָט זי געזאָגט. זיצנדיק מיטן סופֿר האָט זי געבעטן אַרײַנפֿילן פֿינעף אותיות: דעם ערשטן אות פֿונעם נאָמען פֿון יעדן אייניקל.
די איבערלעבונג האָט זי שטאַרק באַגײַסטערט. „ס׳איז גלײַך ווי מײַן משפּחה איז איצט פֿאַראייביקט געוואָרן,“ האָט זי געזאָגט.
איין ספֿר־תּורה וואָס הרבֿ אַבֿרהם גרייט איצט צו וועט מען שענקען דער שיל אין קיבוץ בארי, וווּ אַ סך ישׂראלים זענען דערהרגעט געוואָרן פֿון די כאַמאַס־טעראָריסטן. דעם כּבֿוד פֿון אָנשרײַבן דעם סאַמע ערשטן אות אינעם ספֿר־תּורה — „ב“ פֿאַרן וואָרט „בראשית“ — האָט מען געגעבן רחל פּריקער, דער גרינדערין און אויפֿפּאַסערין פֿון דער בארי־שיל.
„דער פּראָיעקט סימבאָליזירט די טרויעריקע מערכה פֿון די ערבֿניקעס,“ האָט הרבֿ אַבֿרהם געזאָגט. „פּונקט ווי אַ ספֿר־תּורה איז נישט גאַנץ ביז יעדער אות איז דאָ, איז אונדזער פֿאָלק נישט גאַנץ, ביז מע קערט נישט צוריק אַלע אונדזערע ערבֿניקעס.“
צו לייענען מער וועגן דעם, גיט אַ קוועטש דאָ.
To read more about this, click here.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO