ווידעאָ: אַ שמועס אויף ייִדיש מיט דער פֿאָרווערטס-אַרכיוויסטקע חנה פּאָלאַקVideo: A Yiddish conversation with the Forverts archivist Chana Pollack
חנה פּאָלאַק דערציילט וואָס פֿאַר אַ מאַטעריאַלן געפֿינען זיך אינעם פֿאָרווערטס־אַרכיוו און וועגן דער געוועזענער ראַדיאָ־סטאַנציע דאָבליו־אי־ווי־די.
ווי אַ טייל פֿון איר סעריע „ייִדיש הײַנט“ האָט די ייִדיש־ליגע אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ אין וועלכן איר פּראָגראַם־דירעקטאָר אלי בענעדיקט אינטערוויויִרט די לאַנגיאָריקע אַרכיוויסטקע פֿונעם פֿאָרווערטס, חנה פּאָלאַק.
זיי שמועסן וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער צײַטונג, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 1897; וועגן דעם רײַכן אַרכיוו, און וואָס פֿאַר אַ מאַטעריאַלן זענען דאָרטן פֿאַראַן; וווּ מע קען געפֿינען אַלטע נומערן, און וועגן דער געוועזענער ראַדיאָ־סטאַנציע בײַם פֿאָרווערטס.
פּאָלאַק דערציילט אויך וועגן איר אייגענער געשיכטע און איר אַרבעט בײַם אַרכיוו.
חנה פּאָלאַק איז דער ממונה איבער דער פֿאָרשונג, איבערזעצונג און פּראָדוקציע פֿון דעם אָריגינעלן אַרכיוואַלן אינהאַלט פֿונעם פֿאָרווערטס. צווישן אירע פּראָדוקטן קען מען טרעפֿן אַן איבערזעצונג פֿון די רײַזע־רעפּאָרטאַזשן פֿונעם גרינדער און רעדאַקטאָר פֿון פֿאָרווערטס, אַב קאַהאַן, וואָס איז לעצטנס פּובליקירט געוואָרן אויפֿן וועבזײַטל פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער; ווי אויך דעם פֿאָטאָ־אַלבום, „פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון ייִדישן לעבן גענומען פֿון די זײַטן פֿונעם פֿאָרווערטס“
חנה איז אויך געווען דער פֿילמירער, רעדאַקטאָר און פּראָדוצירער פֿון דער ווידעאָ־סעריע בײַם פֿאָרווערטס, „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס“.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO