בשעת אונדזער צער, איז די עפֿענונג פֿון דער נאַציאָנאַלער ישׂראלדיקער ביבליאָטעק אַן אמתע פֿריידIn the midst of our grief, Israel’s new National Library gives us something to celebrate
די לייענזאַלן זײַנען ברייט און אַפֿילו מאַיעסטעטיש, אָבער אין דער זעלבער צײַט פֿילט מען זיך דאָרט היימיש
„ניין, דײַן ישׂראלדיקער פֿרײַנד איז נישט OK.“
דעם זאַץ האָט איר מסתּמא שוין געזען ערגעץ וווּ, און צום באַדויערן איז עס אמת ויציבֿ. זינט דעם 7טן אָקטאָבער זײַנען מיר, ישׂראלים, ממש נישט OK — פֿון וועלכער זײַט איר זאָלט נישט קוקן. כּמעט יעדער איינער פֿון אונדז קען עמעצן, וואָס איז באַשעדיקט געוואָרן – דערמאָרדעט, פֿאַרוווּנדערט, פֿאַרכאַפּט אָדער געפֿאַלן. זינט דעם אָנגריף פֿון כאַמאַס האָבן מיר, אַפֿילו די וואָס וווינען רעלאַטיוו ווײַט פֿון גרענעץ, פֿאַרלוירן די עלעמענטאַרע זיכערקייט אין קיום. אויב אַזעלכע פּאָגראָמען — אין פֿולסטן זין פֿון וואָרט — קאָנען פּאַסירן אין ישׂראל, צי קאָן טאַקע צה״ל אונדז פֿאַרטיידיקן? אין די שרעקלעכסטע קאָשמאַרן האָבן מיר נישט געזען אַזעלכע סצענעס. נאָך מער ווי די ראַקעטן פֿון עזה, פֿאַרפּייניקן אונדז בײַטאָג און בײַנאַכט די בילדער פֿון די פֿאַרכאַפּטע קינדער און באָבעס. אין מײַנע אויגן, וואָס זײַנען בדרך-כּלל טרוקן, שטייען איצט אָפֿט טרערן, און דער האַלדז ווערט דערשטיקט.
אַ קיצור, ווען מע פֿרעגט דאָ אין די לעצטע וואָכן „וואָס מאַכסטו?“ ענטפֿערן אַ סך פֿון אונדז: „כּמו כּולם“ (ווי בײַ אַלעמען). און ס’איז נישט ווײַל מיר זײַנען אַלע איבערצײַגט אין דעם פּאַראָל „ביחד ננצח“ (צוזאַמען וועלן מיר באַזיגן). צום באַדויערן, זײַנען מיר נישט צוזאַמען, און נאָך דעם 7טן אָקטאָבער קאָן קיין ניצחון נישט זײַן. אָבער אינעם בראָך באַטיילן מיר זיך אַלע — פֿרומע און וועלטלעכע, רעכטע און לינקע, אַשכּנזים און ספֿרדים — און אָפֿט דאַכט זיך אונדז אַז אַ פֿרעמדער וועט אונדז סײַ ווי נישט פֿאַרשטיין.
דאָס וואָס מע פֿילט איצט אין ישׂראל איז שווער צו דערקלערן אין אויסלאַנד, און נישט נאָר די וואָס האָבן אונדז פֿײַנט (זיי וועלן במילא נישט פֿאַרשטיין). אמת, די בילדער פֿון יענער זײַט גרענעץ זײַנען שרעקלעך: עס איז שווער צו זען די חורבֿות און די קרבנות אין עזה. אָבער עס איז פּשוט צו אײַנפֿאַך צו שרייען „ceasefire“, אָן קיין לייזונג, ד״ה אן קיין שום פֿאַרזיכערונג אַז אַזאַ שחיטה וועט זיך נישט איבערחזרן. אויב איר — אונדזערע חבֿרים אין אויסלאַנד — ווילט באמת פּועלן אויף אַ פּאָזיטיוון אופֿן; אויב איר ווילט פֿאַרשטיין וואָס מיר מאַכן איצט דורך — דערוועגט זיך צו קומען מנחם-אָבֿל זײַן און זאָגן קדיש מיט אונדז אין איינעם. דערנאָך וועלן מיר קאָנען הערן אײַער קריטיק, שווער ווי עס זאָל נישט זײַן.
יאָ, מיר זײַנען אַלע אַבֿלים, אָבער ווי אַבֿלים פּראָבירן מיר צו „שפּאַנען אַוועק ווײַטער“, ווי ה. לייוויק זאָגט אין זײַן ליד „אייביק“. מיר קוקן די נײַעס און זעען ווי די פֿאַרכאַפּטע קערן זיך אום צו אונדז; מיר באַזוכן „כּיכּר החטופֿים“ לעבן תּל-אָבֿיבֿער מוזיי, און מיר דעמאָנסטרירן קעגן דער רעגירונג וואָס וויל נישט אָנערקענען אירע חטאָים. מיר האָבן אויך געפֿונען פֿאַרשיידענע טרייסטן: אונדזערע קינדער, טאַטע-מאַמעס, געליבטע אאַז״וו. צו ביסלעך גייען מיר אַרויס אין די גאַסן פֿון דאָס נײַ, און די קאַפֿעען און רעסטאָראַנטן זענען שוין ווידער אָפֿן.
ס׳האָט זיך אויך לעצטנס געעפֿנט אין ירושלים די נײַע נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק. פֿאַר יום־כּיפּור האָט מען פֿאַרמאַכט די אַלטע ביבליאָטעק, און די נײַע געבײַדע האָט זיך געזאָלט עפֿענען באַלד נאָך די יום-טובֿים. וואָס האָט פּאַסירט שׂמחת-תּורה ווייסן מיר אַלע, און נאָך דעם, במשך פֿון מער ווי צוויי וואָכן, זײַנען אַלע ביבליאָטעקן אין ישׂראל געווען פֿאַרמאַכט. אַזוי אַרום האָט מען סוף-כּל-סוף געעפֿנט די נײַע ביבליאָטעק — אָן שום צערעמאָניעס, אָבער פֿונדעסטוועגן איז עס איינע פֿון די געציילטע פֿריילעכע געשעענישן אין דער לעצטער צײַט.
נאָך פֿאַר דער דערעפֿענונג האָט די נײַע געבײַדע געצויגן מײַן אויפֿמערק. ווען איך בין געפֿאָרן מיטן אויטאָבוס צווישן דער „כּנסת“ און דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין גבֿעת־רם, האָב איך באַמערקט די שיינע ווײַסע סטרוקטור פֿונעם נײַעם בנין: אַ סאָלידער גרונט, באַדעקט מיט אַן אויסגעהוילטן דאַך, ווי אַ „טעלערל פֿון הימל“ — אַ סימבאָלישע שפּיל פֿון פֿעסטקייט און באַוועגונג. דער דאַך איז אַרומגערינגלט מיט רונדיקע שטיינער, וואָס שאַפֿן צוזאַמען אַ מין אַלטן/מאָדערנעם כּתבֿ, וואָס ווערט דאָ און דאָרטן צעשטערט — נאָך סימבאָלן פֿון דאָס וואָס די געבײַדע אַנטהאַלט.
באַלד נאָך דער דערעפֿענונג פֿון דער ביבליאָטעק בין איך אַהין געגאַנגען, נײַגעריק צו זען דעם וווּנדער. קודם-כּל האָב איז מיר געווען אַ חידוש אַז די ביבליאָטעק ליגט שוין אין אַ שיינעם גאָרטן, פֿול מיט בלומען און ביימער. אין דער ביבליאָטעק אַליין הערשן די קאָלירן ווײַס און העל-ברוין, און די ליכט שטראָמט אַרײַן דורך דעם דאַך. די לייענזאַלן זײַנען ברייט און אַפֿילו מאַיעסטעטיש, אָבער אין דער זעלבער צײַט פֿילט מען זיך דאָרט היימיש: די שטאַמגעסט זיצן שוין לעבן די טישן און אַרום די ביכער ווי די אמתע בעל-הבתּים.
דאָס הייסט, די 4.2 מיליאָן ביכער און 4,768 אַרכיוון האָבן שוין אַ נײַע נאַציאָנאַלע היים, און מע קאָן שטאָלצירן מיט דעם. אמת, די אַרכיטעקטן זשאַק הערצאָג און פּיער דע מעראַן זײַנען פֿון דער שווייץ (די קוואַליטעט איז טאַקע בולט אין יעדן פּרט, ווי עס פּאַסט פֿאַר די שווייצער), אָבער די מאַטעריעלן זײַנען דאָך „פֿון אונדזערע“. אַזוי אַרום איז די נײַע ביבליאָטעק געוואָרן אַ זעלטענער הסכּם־כּולם אין ישׂראל. פֿון אַלע זײַטן לויבט מען זי, אַפֿילו די קריטישסטע אינטעלעקטואַלן, און אויך אין „האָרץ“ האָט מעט פּובליקירט אַן אַרטיקל פֿול מיט שבֿחים.
„נאָך דער מלחמה“ — ווי מע זאָגט דאָ אויף יעדן שריט און טריט — וועט מען עפֿענען דעם מוזיי פֿון דער ביבליאָטעק, וואָס וועט אַנטהאַלטן אַ סך אוצרות, זעלטענע ביכער און כּתבֿ-ידן. מע זאָגט אַפֿילו אַז מיר וועלן זוכה זײַן צו זען דעם באַרימטן ערשטן גראַם אויף ייִדיש אין אַ וואָרמסער מחזור פֿון יאָר 1272 פֿאַרצייכנט אין די אותיות „בדעתו“: „גוט טק אים בטגא ש ויר דיש מחזור אין בית הכנסת טרגא“ („אַ גוטן טאָג זאָל האָבן דער וואָס טראָגט דעם מחזור אין שול.) אַגבֿ, דער גרויסער ישׂראלדיקער פּאַלעאָגראַף מלאכי בית-אריה, וואָס איז לעצטנס נפֿטר געוואָרן, האָט נישט לאַנג צוריק באַמערקט אַז די פֿראַזע גראַמט זיך.
אומגעדולדיק וואַרט איך בכן אויף דער דערעעפֿענונג פֿון מוזיי, און אויך — אויף די געסט פֿון אויסלאַנד, די וואָס וועלן צוריקקומען קיין ישׂראל בעגלא ובזמן קריבֿ. דערווײַל קאָנען מיר, ישׂראלים, באַוווּנדערן די געבײַדע, און אויך די קונסטווערק וואָס זײַנען שוין דאָ: למשל, דרײַ ווידעאָס-עקראַנען פֿון מיכל ראָוונער, וואָס איר ווערק „די וועלט וואָס איז געווען“ געפֿינט זיך אין „יד־ושם“ ווי אַ ווידעאָ-מאָזאַיִק פֿון דער ייִדישער וועלט פֿאַרן חורבן. אויך דאָ, אין דער נײַער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק, באַרירן אירע ווערק דעם מאָטיוו פֿון חורבן. אין איינע פֿון זיי זעט מען ציפּרעסן — פֿון דער ווײַטנס דערמאָנען זיי אָן די ביימער פֿון ווינסענט וואַן גאָך, אָבער אייגנטלעך זײַנען זיי דווקא די באַקאַנטע ביימער אין די ישׂראלדיקע בית-עלמינס — סײַ ציווילע און סײַ מיליטערע.
דאָס צווייטע ווערק הייסט „זמן שבור“ (צעבראָכענע צײַט), און נאָכן 7טן אָקטאָבער האָט עס באַקומען אַן אַקטועלן באַטײַט. אין דעם אַרטיקל פֿון „האָרץ“ האָט מיכל ראָוונער דערציילט אַז אַ סך פֿון אירע ווערק פֿאַרנעמען זיך מיט צעבראָנכקייט און צעשפּאָלטנקייט. „איך גלויב אַז די ייִדישע געשיכטע איז אַ שטענדיקער איבערגאַנג פֿון איין בראָך צו דעם אַנדערן. די נײַע טראַומע איז נאָך טיפֿער פֿאַר אונדז, ווײַל עס דאַכט זיך אַז דאָס האָט אונדז געטראָפֿן ממש אין דער היים.“
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO