Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

טשיקאַווע ענלעכקייטן צווישן חנוכּה און דעם קעלטישן יום־טובֿ סאַמײַןCurious similarities between Hanukkah and the Celtic holiday of Samhain

ביזן 19טן יאָרהונדערט איז סאַמײַן געווען דער טאָג ווען מע האָט געפּראַוועט די טראַדיציעס פֿונעם געלישן „האַלאָווין“

נישט לאַנג צוריק האָט מען אין דער וועלט געפּראַוועט די פּאָפּולערע חגא האָלאָווין, און אין אַ חודש אַרום וועלן מיר פּראַווען חנוכּה. אין אַ געוויסן זין, איז צווישן אָט די טעג פֿאַראַן אַ שײַכות. האָלאָווין שטאַמט פֿונעם קעלטיש־אירלענדישן פֿײַערטאָג סאַמײַן (למעשׂה אַרויסגערעדט בערך ווי „סאָווען‟), וואָס פֿאַלט אויס גענוי צווישן דעם האַרבסטיקן טאָג־גלײַך (equinox) און דעם ווינטערדיקן זונשטאַנד (solstice). אין קבלה און חסידות ווערט חנוכּה אויך אַסטראָנאָמיש אָפּגעטײַטשט אין שײַכות מיטן ווינטערדיקן זונשטאַנד.

אין מײַן פֿאָריקן פֿאָרווערטס־אַרטיקל האָב איך דערציילט וועגן דער אירלענדישער ייִדישיסטקע און אַקטריסע קאַרעד אָ׳ברײַען. ממש אין דער זעלבער צײַט האָב איך געגרייט אַ ציקל לידער־איבערזעצונגען פֿון אירלענדיש אויף ייִדיש, וואָס זענען דערשינען אין „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ דעם ערשטן נאָוועמבער, ווען אין אירלאַנד מערקט מען אָפּ דעם סאַמײַן.

ווען מע באַקענט זיך מיט דער קעלטישער טראַדיציע בכלל און דיכטונג בפֿרט, באַמערקט מען איר אוניקאַלן כּוח צו באַטראַכטן די טאָג־טעגלעכע קלייניקייטן ווי עפּעס מיט אַ טיפֿן קאָסמישן באַדײַט. נעמט דעם באַרימטן ראָמאַן „אוליס‟ פֿונעם אירלענדישן שרײַבער־קלאַסיקער דזשיימס דזשויס און זעט, ווי איין טאָג פֿון זײַן פּערסאָנאַזש לעאָפּאָלד בלום ווערט דאָרט פֿאַרוואַנדלט אין אַ גאַנצן אוניווערס.

דער ייִדישער לוח פֿאָלגט די לבֿנה, נאָר ווערט אויך קאָאָרדינירט מיט די סעזאָנען. אין דער גמרא ווערן שוין דערמאָנט די פֿיר תּקופֿות, פֿאַרבונדן מיט דער אַסטראָנאָמישער פּאָזיציע פֿון דער זון. די תּקופֿת־תּשרי איז סימבאָליש פֿאַרבונדן מיט ראָש־השנה; חנוכּה – מיט דער תּקופֿת־טבֿת, און ראָש־חודש ניסן, וואָס ווערט אין דער גמרא באַטראַכט ווי אַן אַנדער מין „ראָש־השנה‟, מיט דער תּקופֿת־ניסן. איין אויסנאַם איז ראָש־חודש תּמוז – נישט קיין יום־טובֿ, נאָר דער אָנהייב פֿון דעם טרויעריקן זומער־פּעריאָד, ווען מע דערמאָנט זיך אינעם חורבן־בית־המיקדש.

אין דער קעלטישער טראַדיציע זענען באַזונדערס וויכטיק די מיטל־פּונקטן צווישן די זונשטאַנדן און טאָג־גלײַכן. וואָס באַקומט זיך, אויב מע רעכנט אָפּ די מיטל־טעג צווישן די דערמאָנטע „תּקופֿהדיקע‟ ראָשי־חדשים? זיי שטימען, בדרך־כּלל, ממש מיטן קעלטישן קאַלענדאַר! צווישן די ערשטע טעג פֿון טבֿת און ניסן פֿאַלט אויס חמישה־עשׂר (טו־בשבֿט), וואָס שטימט מיט דער קעלטישער חגא אימבאָלג; צווישן ניסן און תּמוז איז ל״ג־בעומר – ממש ווי דער קעלטישער בעלטײַן, ווען מע צינדט אָן גרויסע שײַטערס. מיט דרײַ חדשים שפּעטער קומט ט״ו־באָבֿ, ווען אין די צײַטן פֿונעם בית־המיקדש פֿלעגן חתנים אויסקלײַבן טאַנצנדיקע כּלות. דווקא מיט זיווגים־טענץ ווערט אויך אַסאָציִיִרט דער קעלטישער זומערדיקער פֿײַערטאָג לונאַסאַ.

וואָס טוט זיך אָבער מיטן „ייִדישן סאַמײַן‟? לויטן אויבן־דערמאָנטן חשבון, מוז עס אויספֿאַלן אינמיטן דעם חודש חשוון. קיין וויכטיקע דאַטעס זענען אין יענער צײַט נישטאָ, הגם אינעם תּנ״ך ווערט דערציילט, אַז דער זינדיקער מלך ירבֿעם האָט געהייסן דעם 15טן חשוון פּראַווען אַן אייגענעם עבֿודה־זרהדיקן מין סוכּות. ווײַזט אויס, אַז אינעם ווײַטן אַמאָל איז דאָס טאַקע געווען אַ יום־טובֿ בײַ אַ טייל ייִדן, נאָר אַ טרייפֿענער און איצט בכלל פֿאַרגעסענער. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז ט״ו־בחשוון איז אויך דער יאָרצײַט פֿון מתּתיהו המכּבי, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיטן חנוכּה־אויפֿשטאַנד.

דער עכטער קעלטישער סאַמײַן האָט ווייניק צו טאָן מיטן הײַנטיקן האָלאָווין־מינהג אַרומצוגיין אין שרעקעדיקע מלבושים. פֿאַרקערט, ער איז באַקאַנט ווי דער טאָג, ווען בײַנאַכט ווערט אָפּגעשוואַכט די גרענעץ צווישן די לעבעדיקע און טויטע, דערפֿאַר מוז מען זײַן באַזונדערס אָפּגעהיט. אין דער ייִדישער טראַדיציע שטימט דאָס מיט דער ליל־הושענא־רבא. דאָס איז אַ באַזונדערס סכּנותדיקע צײַט, ווען ס׳איז וויכטיק צו לערנען די תּורה און נישט שלאָפֿן די גאַנצע נאַכט, כּדי אויסצובעטן בײַם רבונו־של־עולם אַ גוטן „קוויטל‟. מע דערציילט, אַז די טויטע שעפּטשען זיך ליל־הושענא־רבא צווישן די קבֿרים. דער דאָזיקער „ייִדישער סאַמײַן‟ פֿאַלט אויס בערך מיט דרײַ וואָכן פֿאַרן קעלטישן, נאָר איז אויך אַ האַרבסטיקער טאָג מיט ענלעכע אַסאָציאַציעס.

דער טראַדיציאָנעלער קעלטישער צוגאַנג צום יערלעכן ציקל ווי אָפּשפּיגלונגען פֿונעם קאָסמישן גלגל־החוזר האָט אַ פּאָעטישן און ראָמאַנטישן חן. אין קבלה און חסידות איז פֿאַראַן אַן ענלעכער קוקווינקל: יעדער ראָש־חודש און יום־טובֿ ווערט באַטראַכט ווי אַ קאָסמיש געשעעניש. למשל, דער דינעווער רבי טײַטשט אָפּ אין זײַן ספֿר „בני ישׂשׂכר‟ אַלע חדשים אויף כּלעריי אַסטראָלאָגישע אופֿנים, פֿאַרבינדנדיק די זאָדיאַק־צייכנס מיט דער יערלעכער ראָד פֿון סעזאָנען. צי זאָל מען גלייבן אין אַסטראָלאָגיע, צי נישט, קלינגט עס מיסטיש און ראָמאַנטיש, פֿאַרוואַנדלענדיק דאָס געוויינטלעכע לעבן אין עפּעס הימלדיקס.

על־פּי חסידות איז חנוכּה, קודם־כּל, נישט דער טאָג ווען מע מערקט אָפּ דעם פֿיזישן נצחון פֿון די מכּבים, נאָר ווען דער טאָג הייבט אָן ווידער צו וואַקסן פֿאַרן פֿרילינג און אין די ליכטעלעך שטעקט אַ וווּנדערלעך הימליש ליכט, וואָס פֿאַרבינדט אַלע וועלטן און צײַטן, זײַענדיק גובֿר די גרענעץ צווישן הײַנט און דעם עבֿר – טאַקע אַ ביסל ענלעך אויפֿן סאַמײַן. פֿאַרשטייט זיך, טאָר מען נישט פֿאַרגיין צו ווײַט, נאָר פֿון דער קעלטישער טראַדיציע און אַפֿילו פֿונעם הײַנטצײַטיקן כּמו־קעלטישן „ניו־איידזש‟ קאָנען מיר אָפּלערנען, ווי יעדע משפּחה־ און קהילה־שׂימחה קאָן ווערן אַ קאָסמיש וויכטיקער פֿעסטיוואַל פֿון מיסטישע כּוחות.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version