אירלענדישע ייִדישיסטקע שטעלט פֿאָר מאָנאָלאָג פֿון אַ ייִדישער פֿרוי וואָס האַלט זיך פֿאַר אַ פּאָליאַטשקעIrish Yiddishist performs monologue of a Jewish woman who considers herself Polish
לויט דער לעגענדע, איז אַ פּוילישער קיניג מיט 500 יאָר צוריק געשלאָפֿן מיט אַ ייִדישער שנײַדערקע. איז עס נאָך אַלץ אַקטועל?
אויף דער עפֿענונג פֿון דער גרויסער אויסשטעלונג בײַם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט, איז צווישן אַ ריי אויפֿטרעטער געווען די ניו־יאָרקער אַקטריסע קאַרעד אָ׳ברײַען. זי האָט פֿאָרגעלייענט אויף ייִדיש אַ מאָנאָלאָג פֿון שלום אַשעס ערשטער גרויסער פּיעסע „משיחס צײַטן‟. דער מאָנאָלאָג איז פֿון דער העלדין יוסטינאַ.
די פּיעסע, וואָס אַש האָט אָנגעשריבן אין 1905, האָט אָ’ברײַען נישט לאַנג צוריק איבערגעזעצט אויף ענגליש און אויפֿגעפֿירט ווי אַ ראַדיאָ־דראַמע. מע קאָן זי אויסהערן אויף דער וועבזײַט פֿונעם ביכער־צענטער.
די דראַמאַטישע פֿאָרלייענונג ווערט באַגלייט מיט דער אָריגינעלער מוזיק פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר זיק לעווין. וועגן דעם גאַנצן אַקטיאָרישן קאָלעקטיוו, וואָס האָט אָנטיילגענומען אין דער ראַדיאָ־פֿאָרשטעלונג, קענט איר לייענען אָט דאָ.
די טעמע, וואָס שלום אַש באַרירט אין זײַן ווערק, בלײַבט נאָך אַלץ אַקטועל: ער ווײַזט, אַז היפּוכדיקע אידעאָלאָגיעס און פֿאַרפֿלאָכטענע אידענטיטעטן קאָנען אַפֿילו אין פֿרידלעכע צײַטן ברענגען צו שאַרפֿע סיכסוכים – שוין אָפּגערעדט פֿון הײַנט, ווען נישט ווייניק ייִדן קריגן זיך צוליב זייערע דעות אין שײַכות צו ישׂראל און די פּאַלעסטינער.
אין דער דראַמע קלײַבט זיך רב חנן, אַן עלטערער פּוילישער ייִד אין די אַכציקער, אַוועקצופֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל. עס פֿאַרזאַמלט זיך אים צו באַגלייטן אינעם הייליקן לאַנד די גאַנצע משפּחה, וואָס רעפּרעזענטירט אַלערליי דעות: ציוניסטישע און אַנטי־ציוניסטישע, נאַציאָנאַל־ייִדישלעכע און אַסימילאַטאָרישע, פֿרומע און וועלטלעכע, ייִדישיסטישע און העברעיִסטישע, סאָציאַליסטישע און קאַפּיטאַליסטישע.
יוסטינע אָדער יענטעלע, רב חננס אַן אייניקל, האַלט זיך פּרינציפּיעל פֿאַר אַ פּאָליאַטשקע און באַקלאָגט זיך אַפֿילו, וואָס איר משפּחה רעדט אויף ייִדיש אַנשטאָט פּויליש. להיפּוך, האַלט זיך רב חננס טאָכטער, „טאַנטע בערטע‟, מיט איר מאַן, „אָנקעל קאַהן‟, פֿאַר ייִדישע דײַטשן. כאָטש זיי זענען קרובֿים, טענהן זיי, אַז „אַ ייִד אַ פּאָליאַק און אַ דײַטש ייִדל“ (אַשעס אייגענער אויסדרוק) מוזן צוליב ניט־ייִדישע פּאָליטישע סתּירות בלײַבן פֿאַרביסענע שׂונאים.
אין דער דראַמע זעט מען, אַז אויב אַפֿילו משיח וועט קומען, וועט ער נישט קענען איבעררעדן פֿאַרשיידענע מינים ייִדן צו בײַטן זייערע מיינונגען. געוויינטלעך, איז די ערד פֿונעם הייליקן לאַנד באַקאַנט בײַ ייִדן ווי אַ סגולה. יוסטינע בעט איר זיידן, פּונקט פֿאַרקערט, מיטצונעמען אַ זשמעניע פּויליש ערד: „נעם זי דיר מיט. עס איז אַ שטיק פֿון דײַן לײַב, פֿון דײַן נשמה געוואָרן…‟
די פּיעסע האָט אַ דירעקט שײַכות צו מײַן היימשטאָט, פּעטערבורג, וווּ די דעמאָלט באַרימטע אַקטריסע און רעזשיסערין וועראַ קאָמיסאַרזשעווסקאַיאַ האָט זי צום ערשטן מאָל געשטעלט אויף רוסיש אינעם יאָר 1905, מיטן נאָמען „אויפֿן וועגן קיין ציון‟ – מיט אַ פּאָר חדשים פֿאַר דער פּרעמיערע אויפֿן אָריגינעלן ייִדיש. דעם זעלבן טיטל האָט אָ’ברײַען אויסגענוצט אין איר נײַער ענגלישער איבערזעצונג. ס׳איז דאָ אַן אַלטער ענגלישער נוסח, וואָס ווילאַ און עדווין מיוער האָבן אַרויסגעגעבן אין 1934, נאָר ער איז אַן אומדירעקטער, דורך דײַטש, און קלינגט אַלטמאָדיש. אָ׳ברײַענס געראָטענע ווערסיע איז אַ מאָדערנע און לעבעדיקע.
דער רוסישער עולם האָט אויפֿגענומען אַשעס דראַמע מיט טיפֿער באַגײַסטערונג. ערשט מיט אַ פּאָר חדשים שפּעטער, האָט אַשעס פּיעסע „משיח צײַטן‟ זיך באַוויזן אינעם ניו־יאָרקער ייִדישן טעאַטער, רעזשיסירט פֿון יעקבֿ און שׂרה אַדלער. באַלד האָט מען זי אויך אויפֿגעפֿירט אויף פּויליש. שלום אַשעס דערפֿאָלג האָט דעמאָנסטרירט, אַז די ייִדישע ליטעראַטור האָט דערגרייכט אַ הויכע אַלמענטשלעכע מדרגה – ווײַזנדיק, אַז פֿאַרן ניט־ייִדישן עולם איז זי אויך אינטערעסאַנט.
צוליב דעם איז אָ’ברײַענס פֿראַגמענט פֿון „משיחס צײַטן‟, וווּ יוסטינע רעדט וועגן דער שיינער פּוילישער נאַטור און וועגן אַ ראָמאַנטישער ליבע צווישן אַ ייִדישער פֿרוי און אַ פּאָליאַק, געווען זייער צוגעפּאַסט צו דער עפֿענונג־צערעמאָניע פֿון דער נײַער פּערמאַנענטער אויסשטעלונג אין אַמהערסט, וואָס הייסט „ייִדיש: אַ גלאָבאַלע קולטור‟. שלום אַשעס ווערק האָט טאַקע אַ גלאָבאַלן באַטײַט.
די איבערזעצערין האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס, אַז זי אַרבעט שוין 25 יאָר אויף דער ראַדיאָ און מיינט, אַז אוידיאָ־דערציילונגען בלײַבן אַ וויכטיקער טעאַטראַלער זשאַנער, וואָס דערמעגלעכט די אַקטיאָרן און צוהערער זיך צו קאָנצענטרירן אויפֿן טעקסט אַנשטאָט וויזועלע סצענעס. אינעם שמועס מיט מיר האָט זי דערקלערט, אַז „משיחס צײַטן‟ איז געווען אַשעס ענטפֿער אויף אַנטאָן טשעכאָווס דראַמע „די מעווע‟.
אין ביידע ווערק שטעלן די פּערסאָנאַזשן קשיאות פֿאַר זיך אַליין: וואָס מיינט פֿאַר זיי אמונה, לעבן, קונסט? אַן אַנדער וויכטיקע אוניווערסאַלע טעמע איז די פֿאַרבינדונג צווישן פֿאַרשיידענע דורות. אָ’ברײַען האַלט, איז אין זײַן דראַמע האָט שלום אַש אין אַ גרויסער מאָס צונויפֿגעפּרעסט, און ממילא פֿאָרויסגעזאָגט, די גאַנצע געשיכטע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.
אין יוסטינעס מאָנאָלאָג, וואָס די אַקטריסע האָט פֿאָרגעלייענט אין אַמהערסט, דריקט די יונגע ייִדישע פֿרוי אויס איר ליבשאַפֿט און נאָענטקייט צו פּוילן. זי דערציילט אויך וועגן דער ליבע צווישן דער לעגענדאַרער (אַפּנים, אויסגעטראַכטער) ייִדישער פֿרוי אַסתּרקע, אַ פּשוטער וווּנדער־שיינער שנײַדערקע, און דעם מעכטיקן פּוילישן קיניג קאַזימיר: „מײַנע אויערן האָבן נאָך פֿאַרנומען דאָס געזאַנג פֿון די האַרפֿן, דאָס אָפּקלינגען פֿון אירע ייִדישע געזאַנגען, וואָס זענען פֿאַרגליווערט געוואָרן אין די שפּאַלטן פֿון פּאַלאַץ…‟ בײַ שלום אַשן סימבאָליזירט אסתּרקע די עצם־קאָמפּליצירטקייט פֿון קולטור־אויסמיש און צעשווענקטע אינדענטיטעטן.
אַז מע רעדט וועגן דעם „געזאַנג פֿון די האַרפֿן‟, דעם נאַציאָנאַלן אירלענדישן סימבאָל, איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז קאַרעד אָ’ברײַען איז דערצויגן געוואָרן אין אירלאַנד. אין איר משפּחה האָט מען גערעדט אויף אירלענדיש. נאָך אין איר יוגנט האָט זי זיך פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדיש. שפּעטער, וווינענדיק אין אַמעריקע, האָט זי זיך ממש פֿאַרליבט אין דער שפּראַך, זי אויסגעלערנט און זיך פֿאַרנומען מיט פּראָפֿעסיאָנעלע איבערזעצונגען.
נישט לאַנג צוריק האָט דער אַמהערסטער ביכער־צענטער אַרויסגעגעבן איר טרילאָגיע פֿון שלום אַשן אויף ענגליש: „גאָט פֿון נקמה“, „מאָטקע גנבֿ“ און „דער טויטער מענטש“. „אויפֿן וועג קיין ציון“ האָפֿט זי אויך צו פּובליקירן אין אַ בוך־פֿאָרעם און שאַפֿן אַ פֿילם דערפֿון.
אַחוץ איבערזעצונגען, האָט אָ׳ברײַען אָנגעשריבן צוויי אייגענע פּיעסעס. אין איר קאָמעדיע „דער בעקאַס‟ (The Sandpiper), געשפּילט אין 2004 אינעם ניו־יאָרקער „טאַליאַ־טעאַטער‟ אויפֿן נאָמען פֿון לענאַרד נימוי, גייט די רייד וועגן דרײַ דורות אירלענדישע קינסטלער. די מחברטע האָט מיר דערציילט, אַז בעתן שרײַבן די דאָזיקע מעשׂה איז זי נאָך נישט געווען באַקאַנט מיט „משיחס צײַטן‟, נאָר איר אַרבעט איבער אַנדערע ווערק פֿון שלום אַשן האָט אויף איר געווירקט. „דער בעקאַס‟ איז איר אייגענער ענטפֿער אויף טשעכאָווס „מעווע‟.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO