משפּחות רעדן וועגן זייער אָפּפֿאָרן פֿון ישׂראל אויף אַ ראַטיר־שיף קיין קיפּראָסFamilies talk about leaving Israel on a rescue ship for Cyprus
די אַמעריקאַנער אינסטאַנצן האָבן דערוואַרט צוויי טויזנט פּאַסאַזשירן, אָבער צו זייער פֿאַרוווּנדערונג זענען געקומען בלויז אַרום הונדערט פֿופֿציק.
די טעג קען מען זאָגן זענען ממש די ערגסטע צײַטן פֿאַר ישׂראל און פּאַלעסטינע אין לאַנגע יאָרן — אפֿשר אין דער גאַנצער געשיכטע. די כאַמאַס־טעראָריסטן האָבן דורכגעפֿירט אַ שרעקלעכן פּאָגראָם קעגן ישׂראלדיקע בירגער; ישׂראל רעאַגירט מעכטיק אויף דעם און דער גאַנצער ראַיאָן איז פֿאַרפֿינצטערט געוואָרן.
בשעת עס פֿאַרשטאַרקט זיך די מלחמה האָט דער אַמעריקאַנער קאָנסולאַט, זונטיק דעם 15טן אָקטאָבער, אָנגעבאָטן די אַמעריקאַנער בירגער וואָס געפֿינען זיך אין ישׂראל צו פֿאָרן מיט אַ ראַטיר-שיף אינעם שכנותדיקן קיפּראָס-אינדזל. ווי אַ סימבאָלישער אָפּקלאַנג פֿון דער ציוניסטישער געשיכטע, האָט די שיף „ראַפֿסאָדיע פֿון די ימען“ דעם צווייטן טאָג פֿאַרלאָזט דעם חיפֿה-פּאָרט. די שיף איז אַ גרויסע און באַלאַנגט צו דער פֿירמע „ראָיאַל קאַריביִען“.
די אַמעריקאַנער אינסטאַנצן האָבן דערוואַרט צוויי טויזנט פּאַסאַזשירן, אָבער צו זייער פֿאַרוווּנדערונג זענען געקומען בלויז אַרום הונדערט פֿופֿציק. ס׳האָט זיך געדוכט אַז עס זענען דאָ מער שומרים און פּרעסעלײַט ווי פּאַסאַזשירן. איך אַליין האָב געגעבן אינטערוויוען צו פֿיר באַזונדערע קאַנאַלן פֿון אַמעריקע, ישׂראל און טערקײַ, און מסתּמא וואָלטן אַנדערע רעפּאָרטערס מיך אויסגעפֿרעגט, ווען איך וואָלט נישט אַוועקגעגאַנגען אויף אַ שטיקל צײַט.
די אַמעריקאַנער אינסטאַנצן האָבן געבעטן קומען צו דער שיף אַכט אַ זייגער. פֿאַקטיש האָט מען אָנגעהויבן זיך צונויפֿזאַמלען פֿאַר זעקס אַ זייגער, אַבי נישט צו פֿאַרפֿעלן די גרויסע געלעגנהייט זיך צו ראַטעווען פֿונעם שלאַכטפֿעלד. ס’רובֿ אָנגעקומענע האָבן זיך נישט רעגיסטרירט פֿון פֿריִער, אָבער צוליב דעם וואָס כּמעט קיינער פֿון די רעגיסטראַנטן איז צום סוף נישט געקומען, האָט מען אַלעמען פֿאַרזיכערט אַ פּלאַץ.
אַרײַנגייענדיק אויף דער שיף, האָבן די פּאַסאַזשירן באַקומען אַ שליסל-קאַרטל צו זייערע באַקוועמע קאַבינעס און מע האָט זיי אינפֿאָרמירט אַז עס וועלן זײַן דרײַ בופֿעט-מאָלצײַטן און אַז מע קען גיין זיך פֿאַרווײַלן אין די צוויי שווימבאַסיינען און אַ דזשאַקוזי. נו, אַז מ׳איז שוין אַ פּליט, שאַט נישט אַ ביסל לוקסוס. מע האָט אויך צוגעזאָגט אַן אינטערנעץ-פֿאַרבינדונג, אָבער דער מיליטער האָט עס נישט דערלויבט, צוליב זיכערהייט־זאָרגן. אויף דער שיף איז אויך געווען אַ רבֿ, אַ רביצין, און אַ צווייטער רעסטאָראַן וואָס סערווירט כּשר עסן.
עס איז אויך געווען אַ גרויסע צאָל משפּחות מיט קליינע קינדער. איינער נאָכאַנאַנד האָבן ישׂראלדיקע עלטערן מיט אַמעריקאַנער פּאַסן מיר דערציילט אַז זיי זוכן פּשוט אַ ביסל רו פֿאַר די קינדער. זיי אַליין האָבן זיך געזאָרגט פֿאַר די סירענעס, פֿאַר דער צפֿונדיקער סכּנה, און פֿאַרן אינערלעכן קאַמף צווישן ייִדן און אַראַבער אין ישׂראל גופֿא. נישט ווייניק מענטשן האָבן בכלל נישט געוואָלט רעדן מיט דער פּרעסע, אָדער נאָר מיטן תּנאי פֿון אַנאָנימקייט.
ניר, 45 יאָר אַלט פֿון אַ דאָרף לעבן ברעג-ים, איז געקומען מיט זײַן ווײַב און דרײַ קינדער (דאָס ייִנגסטע — בלויז פֿיר יאָר אַלט) און נאָך קרובֿים. ער האָט מיר געזאָגט אַז ער איז דער איינציקער אַמעריקאַנער בירגער אין זײַן משפּחה, אָבער צוליבן איצטיקן מצבֿ באַטראַכט ער צו באַקומען אַמעריקאַנער פּאַסן אויך פֿאַר די אַנדערע. עס האָט גענומען דער משפּחה עטלעכע שעה דאָס צו באַשליסן. אינעם אָוונט האָט ער געקוקט אַ פֿילם מיטן זון אויף אַ ריזיקן עקראַן, און האָט מודה געווען אַז דאָס נישט האָבן קיין צוטריט צו דער אינטערנעץ אויף אַ פּאָר שעה איז דווקאַ גאָר אַ געזונטע זאַך.
צוויי פֿרויען, שקד און מזמור, זענען די עלטערן פֿון יער (יאַאַר), אַ צוויי־יעריק מיידל. זיי קומען פֿון צפֿון נישט ווײַט פֿונעם גרענעץ, און ווי נירס משפּחה, האָבן זיי אויך באַשלאָסן אַוועקצופֿאָרן מיט דער שיף אין דער לעצטער מינוט. זייער טעכטערל האָט זייער ליב געהאַט צו פֿאַרברענגען מיט באָבע-זיידע אין ירושלים, אָבער מיט דער באַדראָונג פֿון צפֿון, זענען די מאַמעס שוין געוואָרן זייער נערוועז. זיי האָפֿן צו געפֿינען צײַטווײַליקע אַרבעט אין ציפּערן און אַזוי שעפּן חיונה ביזן מצבֿ אין ישׂראל וועט זיך פֿאַרבעסערן.
איך האָב פֿאַרפֿירט אַ שמועס אויף ייִדיש מיט אַ חסיד פֿון ניו-דזשערזי (לכתּחילה פֿון באָראָ פּאַרק), וואָס זײַן פֿלי האָט מען בטל געמאַכט. ער האָט זיך שווער באַמיט מיך אײַנצורעדן אַז ער זאָרגט זיך בכלל נישט. „מע דאַרף דינען דעם אייבערשטן, אַלץ איז נאַרישקייט. מע מוז היטן מצוות און זײַן צופֿרידן אַז מע איז אַ ייִד,“ האָט ער געזאָגט. ער, מיט זײַן ווײַב און פֿיר קינדער, איז געקומען פֿאַרברענגען אין ירושלים אין דער צײַט פֿון די יום-טובֿים. ווען איך האָב געדריקט אויף אים אַ ביסל מער, האָט ער מודה געווען אַז זײַן זעקסיאָריק טעכטערל האָט זיך יאָ אַ ביסל דערשראָקן פֿון די סירענעס. אָבער ער אַליין איז נישט געוואָרן נערוועז. „יעדער ‘בולעט’ האָט זײַן אַדרעס, און מע דאַרף תּשובֿה טאָן כּדי זיי אויסצומײַדן.“
קלאַראַ וואַקנין פֿון לאָנג־ביטש איז געקומען צו גאַסט צו איר מאַנס משפּחה אין הרצליה, צו זײַן בײַ איר שוויגערס לוויה. זי איז 58 יאָר אַלט, האָט קינדער און אייניקלעך פֿון איר ערשטער חתונה, און זי שטאַמט לכתּחילה פֿון האַיִטי. זי האָט זיך איבערגעשראָקן פֿון די ראַקעטן און סירענעס און איז זייער צופֿרידן אַוועקצופֿאָרן. זי האָט שטאַרק ליב ישׂראל און האָט אויך באַזוכט בית-לחם און עזה. „האַיִטי איז געווען דאָס ערשטע אַפֿריקאַנער פֿאָלק זיך צו באַפֿרײַען און קריגן אומאָפּהענגיקייט,“ האָט זי געזאָגט. „אויב מע וויל אומאָפּהענגיקייט דאַרף מע זי נעמען, ווײַל קיינער וועט זי דיר נישט געבן. אָבער זיכער טאָר מען עס נישט טאָן ווי כאַמאַס האָט דאָס געטאָן!“
אַזוי האָבן די נײַע עוואַקויִרטע — אַ טייל, מיט אַראָפּגעלאָזענע קעפּ — אויסגעדריקט אַ האָפֿענונג פֿאַר שלום, וואַרטנדיק צו טרעטן אויף דער ערד פֿון קיפּראָס, זייער איצטיקן מקום-מקלט.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO