Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

יום־כּיפּור אין תּל־אָבֿיבֿ: אַ פּראָטעסט קעגן מתפּללים רופֿט אַרויס אַ סקאַנדאַלYom Kippur in Tel Aviv: Protests against worshippers elicits an uproar

דאָס פֿאַרשטערן דעם תּל־אָבֿיבֿ־מנין האָט פּשוט אַרײַנגעשפּילט אין די הענט פֿון ביבי נתּניהו און זײַנע שטיצערס

די מעשׂה, בקיצור, איז אַזוי: יום-כּיפּור האָט „ראש יהודי“ — אַן אָרגאַניזאַציע וואָס וויל אַ מער רעליגיעז לעבן אין ישׂראל — אַדורכגעפֿירט אַ מנין בציבור אין תּל-אָבֿיבֿ. פֿאַר אַ מחיצה האָט מען געניצט אַ ריי ישׂראל-פֿאָנען. אַלץ ווי אין פֿריִערדיקע יאָרן. דאָס דאַװנען איז פֿאָרגעקומען אין דיזענגאָף־סקװער, אַ צענטראַל אָרט אין שטאָט.

צוויי זאַכן האָבן אונטערגעשײדט דעם הײַיאָריקן מנין און פֿאַרוואַנדלט דאָס געשעעניש אין אַ סקאַנדאַל. פֿריִער, האָבן סײַ די שטאָט תּל-אָבֿיבֿ סײַ אַן אָרטיק ראַיאָן-געריכט געהאַט פֿאַרווערט עפֿנטלעך דאַוונען, ברשות-הרבים, מיט מענער און פֿרױען באַזונדער. דאָס הײסט, פּריװאַט קען מען דאַװנען װי מע וויל, נאָר אין דער עפֿנטלעכקייט טאָר מען אַזױ נישט טאָן. און, דער עיקר-אונטערשייד, האָט אַ גרופּע אויפֿגערעגטע פּראָגרעסיווע אַראָפּגעוואָרפֿן די פֿאָנען-מחיצה אין אַ פּרוּוו אָפּשטעלן דאָס דאַוונען.

פֿאַראַן עטלעכע סתּירותדיקע װערסיעס פֿון װאָס ס׳איז דערנאָך געשען. ס׳איז קלאָר אַז אײַן פּראָטעסטירערין האָט אַראָפּגעריסן דעם טלית בײַ אײנעם פֿון די מתפּללים. מע האָט אױך רעפּאָרטירט אַז די פּאָליצײ האָט געשטופּט די פּראָטעסטירערס און זײ געפּרוּװט נישט צולאָזן צום מנין. לסוף, דאַכט זיך, האָט דער מנין זיך װידער גענומען צו די תּפֿילות.

שפּעטער זײַנען געקומען די טענות און די קעגן־טענות. פֿאַר וואָס דאַרף דאָס אונדז אָנגיין? דרײַ סיבות. ערשטנס, איז די ספּאָנסאָר-גרופּע „ראש יהודי“ נישט סתּם אַ קירובֿ-אָרגאַניזאַציע ווי מע וואָלט געפֿונען אין אַמעריקע, נאָר טייל פֿון אַ גרעסערן פֿענאָמען, „גרעינים תּורניים“ („תּורה־קערנדלעך“) — גרופּקעלעך װאָס פּרוּװן פֿאַרפֿרימען דאָס לעבן פֿון אַ שטאָט אָדער שטעטל דורכן אַרײַנקלײַבן זיך אַהין.

אַזעלכע גרופּעס האָבן לעצטנס אַרױסגערופֿן אַ קאָנטראָװערסיע, װײַל זײ באַקומען שטיץ פֿון דער נאַציאָנאַלער רעגירונג (כאָטש „ראש יהודי“ גופֿא קריגט דאָס נישט). טײל פֿון די דאָזיקע גרופּקעלעך זײַנען פֿאַרבונדן מיט רעכטע און שטאַרק קאָנסערװאַטיװע סענטימענטן. אײנער פֿון די מיטגלידער פֿון „ראש יהודי,“ למשל, הרבֿ יגאל לעװינשטײן, איז אָפֿט אַרױסגעטראָטן קעגן גײ־ און לעסבישע ישׂראלים מיט העצערישע רײד.

דאָס אַלץ קומט אױך פֿאָר אױפֿן הינטערגרונט פֿון אַן אָנגײענדיקן קולטורקאַמף צווישן חרדים און חילונים װאָס האָט זיך לעצטנס פֿאַרשאַרפֿט, אָבער האָט אין דער אמתן זיך אָנגעהױבן אין די פֿריסטע טעג פֿון דער מדינה.  דער מחלוקת וועגן דערלויבן עפֿנטלעכן טראַנספּאָרט שבת, וועגן לערנפּלענער אין די מלוכה־שולן און וועגן חמץ אין די שפּיטעלער בשעת פּסח — זענען סימנים אַז דער קאָנפֿליקט צווישן פֿרומע און פֿרײַע באַווײַזט זיך אויף פֿאַרשידענע אופֿנים אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט.

צװײטנס, איז די דאָזיקע פֿאַרשטערונג פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער מנין געװען אַ פּאָליטישער דורכפֿאַל פֿאַר דער לינקער מחנה און האָט אין תּוך אַרײַנגעשפּילט אין די הענט פֿון ביבי נתּניהו און זײַנע שטיצערס. פֿאַקטיש האָט אײנער פֿון די דע־פֿאַקטאָ־אָנפֿירערס פֿון דער דעמאָקראַטיע־באַװעגונג, שקמה (שיקמאַ) ברעסלער, פֿאַרבראַקירט די מנין־פּראָטעסטירערס אין דער עפֿנטלעכקײט.

דאָס װאַרפֿט אַ ליכט אױף די אינערלעכע רײַסערײַען פֿון דער דאָזיקער באַװעגונג, װאָס (װי בײַ יעדער מאַסן־באַװעגונג) האָט נישט קײן פֿולשטענדיק קלאָרע צילן. אָנגעהױבן װי אַ פּראָטעסט װעגן ביביס „יורידישער רעװאָלוציע“, זײַנען אױפֿגעשװוּמען אינעװײניקסטע שפּאַלטונגען אַרום אַנדערע טעמעס, װי די אָקופּאַציע און די ראָלע פֿון חרדים. מע דאַרף אױך אַרױסהײבן, אַז קײן איינע פֿון די הױפּט־אָרגאַניזאַציעס הינטער דער באַװעגונג האָט נישט צוגעגעבן איר נאָמען צום פּראָטעסט קעגן דעם תּל־אָבֿיבֿער מנין.

רעאַגירנדיק אויף אַן אױספֿרעג וואָס מע האָט דורכגעפֿירט תּיכּף נאָך דער געשעעניש, האָבן ס׳רובֿ ישׂראלים געענטפֿערט אַז זײ שטיצן מנינים מיט אָפּגעזונדערטע מינים. נתּניהו האָט גענומען די געלעגנהײט צו באַצײכענען די פּראָטעסטירערס װי „אַנטי־ייִדן“. דער „ספּין“ האָט זיך נישט איבערגעדרײט לטובֿת די פּראָטעסטירערס.

ווי עס זעט אויס, שטיצן אַ סך ישׂראלים נישט דאָס וואָס די „תּורה־קערנדלעך“ פּרוּוון פֿאַרפֿרימען פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿונעם טאָגטעגלעכן לעבן. אַזעלכע נישט־פּלאַנטירטע פּראָטעסטן זײַנען אפֿשר נישט קײן עפֿעקטיװע מיטלען צו פֿאַרטײדיקן זײערע אינטערעסן.

לסוף איז כּדאַי זיך אָפּצושטעלן אױפֿן אימאַזש פֿון דעם פּראָטעסט קעגן אַ יום־כּיפּור־דאַװנען. װיכטיק איז צו דערמאָנען אַז דאָס דאַװנען, באַזונדערש תּפֿילה בציבור, קען אַלע מאָל ווערן אַ פּאָליטישער ענין אין דער ייִדישער מדינה. אױב מע נעמט אין באַטראַכט געשלעגן צװישן חרדים אין שיל; גװאַלד־מעשׂים קעגן פֿרױען־מנינים בײַם כּותל, און מעריבֿ־מנינים אונטערן פֿרײַען הימל באַלױכטן פֿון די פֿלאַמען פֿון כאַװאַראַ, איז דאָס אַראָפּנעמען אַ מחיצה גאַנץ מילד. דער אונטערשײד אין דעם פֿאַל שטעקט אין דעם, אַז אַ פּראָטעסט צװישן חילונים און חרדים האָט זיך אָפּגעשפּילט דװקא יום־כּיפּור בזמן תּפֿילה.

װי אָפֿט מאָל מיט דראַמאַטישע געשעענישן אין די ישׂראל־נײַעסקעפּלעך, איז דער פּראָטעסט קעגן דעם תּל־אָבֿיבֿער מנין געװען אַן אָפּשפּיגלונג פֿון װײַט־גרײכיקע, אָנגײענדיקע טענדענצן װאָס װעלן זיך נישט אַזוי גיך אײַנשטילן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.