דאָס שלאָגן כּפּרות: אַן „אומבאַקוועמער“ יום־כּיפּור־מינהגThe uncomfortable Yom Kippur ritual of ‘shlogn kapores’
דאָס גלייבן אינעם שׂטן און זײַנע מיטהעלפֿער, ווי אויך דער פּחד פֿאַר שדים, האָט אָפֿט געשפּילט אַ ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישע מינהגים.
דאָס כּפּרות שלאָגן ערבֿ יום־כּיפּור איז אַן אַלטער מינהג בײַ ייִדן, וואָס איז באַשריבן געוואָרן צום ערשטן מאָל אינעם 8טן יאָרהונדערט.
צו יענער צײַט איז אויך געווען אַן אַנדער מינהג, וואָס איז פֿאַרגעסן געוואָרן, און וואָס האָט קאָמבינירט די עלעמענטן אי פֿון תּשליך, אי פֿון כּפּרות שלאָגן: צוויי אָדער דרײַ וואָכן פֿאַר ראָש־השנה האָט דער „ראָש“ פֿון דער משפּחה פֿאַרזעצט פֿאַסאָליעס אין קליינע קיישלעך — אַ קיישל פֿאַר יעדן מיטגליד אין דער משפּחה. ווען די פֿאַסאָליעס האָבן געשפּראָצט ערבֿ ראָש־השנה האָט דער „ראָש“ גענומען דאָס קיישל פֿאַר יעדן משפּחה־מיטגליד און אַרומגעריגנלט זיבן מאָל דעם מיטגליד מיטן קיישל, זאָגנדיק, „דאָס איז אויפֿן אָרט פֿון דעם מענטשן“. דערנאָך האָט ער געוואָרפֿן דאָס קיישל מיט די פֿאַסאָליעס אַרײַן אין טײַך. דאָס אַרײַנוואַרפֿן אין וואַסער האָט נישט באַטײַט סתּם אַוועקוואַרפֿן; מע קען דאָס אויסטײַטשן ווי אַ מיטל צו באַפֿרידיקן די רוחות אין וואַסער, און די פֿאַסאָליעס האָבן געדינט ווי אַ שׂעיר־לעזאָזל, אָדער ווי מע זאָגט אויף פּראָסט ייִדיש — אַ כּפּרה־הינדל.
וואָס האָבן רוחות און דער שׂטן (עזאָזל) צו טאָן מיט ייִדישע מינהגים? צוויי גרויסע פֿאָלקלאָר־פֿאָרשער אין אַמעריקע, ביידע רבנים — הרבֿ יעקבֿ לאַוטערבאַך (1873 — 1942) און הרבֿ יהושע טראַכטענבערג (1904 — 1959) האָבן ספּעציעל זיך אָפּגעגעבן מיט די געשיכטעס פֿון ייִדישע מינהגים, גלייבענישן און טראַדיציעס, און אויסגעפֿונען, אַז דאָס גלייבן אינעם שוואַרץ־יאָר (שׂטן) און זײַנע מיטהעלפֿער, ווי אויך דער פּחד פֿאַר שדים, האָט אָפֿט געשפּילט אַ ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישע מינהגים.
הרבֿ לאַוטערבאַך איז געווען אַן אינטערעסאַנטער טיפּ: אַ גאַליציאַנער, דערצויגן געוואָרן אין אַ פֿרומער היים און געלערנט יאָרן לאַנג אין אַ ישיבֿה; דערנאָך אין אַ דײַטשן ראַבינער־סעמינאַר. אין 1903 איז ער געקומען קיין אַמעריקע און איז צוגעצויגן געוואָרן צו דער רעפֿאָרם־באַוועגונג. מע האָט אים פֿאַרבעטן אָנטיילצונעמען אין אַ קאָמיטעט, וואָס זאָל ענטפֿערן שאלות אויף ייִדישע מינהגים און טראַדיציעס פֿאַר די ייִדן פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג. אָבער קענענדיק זיך אויס אין די „קליינע אותיות“, האָט ער געפֿאָרשט די אַנטוויקלונגען פֿון די מינהגים מיט אַזאַ עמקות און אַרומנעמיקייט, אַז ער האָט אָנגעהויבן שרײַבן וועגן זיי פֿאַר אַ ברייטערן עולם, און דווקא מיט אַ פֿאָלקלאָריסטישן קוק.
וואָס הייסט מיט אַ פֿאָלקלאָריסטישן קוק? קודם־כּל, האָט ער זיך נישט געשראָקן פֿאַרן שׂטן און זײַנע שדים. די ייִדן מיט צוויי טויזנט יאָר צוריק האָבן געגלייבט, אַז מזיקים, שדים און רוחות געפֿינען זיך אומעטום — אויף דער שוועל פֿון אַ טיר (דערפֿאַר האָט מען אַ מזוזה) און וווּ נאָר ס׳איז פֿינצטער אין הויז, צי אין גאַס. מ׳האָט געגלייבט, אַז רוחות באַגלייטן דעם מענטשן וווּהין ער גייט און ווילן דווקא זיך אַרײַנמישן און צעשטערן זײַן גליק, ווען ער פּראַוועט אַ וויכטיק געשעעניש: בײַם געבוירן ווערן פֿון אַ קינד (דערפֿאַר הענגט מען אַ קמיע קעגן לילות); בײַם חתונה האָבן (דערפֿאַר צעברעכט מען אַ גלאָז, זיי אָפּצושרעקן), און בײַם שטאַרבן (דערפֿאַר צינדט מען אָן אַ ליכט דעם מת צו קאָפּנס — שדים האָבן ליב פֿינצטערניש).
אַזאַ וועלטבאַנעם האָט די אַשכּנזישע קהילה איבערגענומען פֿון די פֿריִערדיקע דורות אין גלות מיט אַ טויזנט יאָר צוריק, און דער פּחד פֿאַר שדים איז נאָך גרעסער געוואָרן ביז דער מאָדערנער צײַט. מע דאַרף בלויז דורכבלעטערן דעם „ספֿר חסידים“ פֿונעם 12טן יאָרהונדערט, דײַטשלאַנד, צו פֿאַרשטיין ווי טיף אײַנגעקריצט אינעם מוח פֿונעם אַשכּנזישן ייִד איז געווען דאָס גלייבעניש אין רוחות און שדים.
אַ טייל רבנים האָבן געקעמפֿט, אַז די קהילה זאָל אויפֿהערן צו גלייבן אין די רוחות און, במילה, אויך אין די מינהגים וואָס האָבן זיך אַנטוויקלט צוליב דעם גלויבן אין זיי. הרבֿ לאַוטערבאַך, כאָטש „אַ מאָדערנער ייִד“, האָט אײַנגעזען, אַז דאָס גלייבן אין, און מורא האָבן פֿאַרן שׂטן און שדים פֿאַרנעמט אַ וויכטיק אָרט אין דער פֿאָרמירונג פֿון ייִדישע טראַדיציעס. זײַנע פֿאָרשאַרבעטן וועגן צעברעכן דאָס גלאָז אונטער דער חופּה, תּשליך און כּפּרות דערווײַזן זייער ראָלע, און ווי נײַערע אויסטײַטשן פֿון די מינהגים האָבן פֿאַרדעקט די אָריגינעלע.
געוויינטלעך, הײַנט, ניצט מען אַ זעקל געלט פֿאַר כּפּרות אויפֿן אָרט פֿון אַ הון אָדער הין, און מע צעטיילט דאָס געלט אויף צדקה. בײַ די חסידים שלאָגט מען ווײַטער כּפּרות מיט עופֿות, אָבער אין דער ברייטערער ייִדישער וועלט האַלט מען דעם מינהג פֿאַר „באַרבאַריש“. יוסף קאַרו, אין די ערשטע נוסחאָות פֿון זײַן „שולחן עורך“ אינעם 16טן יאָרהונדערט, האָט געשריבן, אַז דער מינהג איז אַ נאַרישער, און מע זאָל אים אויפֿהערן.
כּפּרות שלאָגן האָט זיך נישט קיין סך געביטן במשך פֿון 1300 יאָר. מע זאָגט תּהילים און אַנדערע פּסוקים און מע בעט, אַז דאָס כּפּרה־הינדל, וואָס מע דרייט איבערן קאָפּ, זאָל אָנגענומען ווערן ווי אַ פֿאַרטרעטער אויפֿן אָרט פֿונעם מענטש און זײַנע זינד. אָבער בײַ וועמען מע בעט, און וואָסערע פּסוקים מע זאָגט, האָט זיך געביטן אין דער געשיכטע פֿונעם מינהג. בײַם אָנהייב האָט מען געלייענט בלויז געקליבענע פּסוקים פֿון די תּהילים, דער עיקר, וועגן „די וואָס לעבן אין פֿינצטערניש“ און זענען „געקייטלט אין אײַזן“ (תּהילים קז) און לאַוטערבאַך ווײַזט אָן, אַז מיט דעם פּסוק האָט מען זיך געווענדט „לעזאָזל“, צום טײַוול. אַנשטאָט צו שיקן אַ ציג לעזאָזל, ווי אין די תּנ״כישע צײַטן, איז די כּפּרה געוואָרן אַ הון פֿאַר אַ מאַן אָדער אַ הין פֿאַר אַ פֿרוי. טראַכטענבערג שרײַבט, אַז אַזוי ווי „גבֿר“ אויף העברעיִש קען באַטײַטן סײַ אַ „מאַן“, סײַ אַ „הון“, האָט מען טאַקע געפֿילט בחוש, אַז איינער פֿאַרבײַט דעם צווייטן.
מיטן כּפּרות שלאָגן האָט מען געוואָלט, לכתּחילה, צופֿרידנשטעלן דעם שׂטן, נישט דעם אייבערשטן, און צוליב דעם האָבן די רבנים געפּרוּווט אָפּוואַרפֿן דעם מינהג, אָבער אַזוי ווי ס׳האָט ווײַטער געלעבט, האָט מען דאָס איבערגעטײַטשט, דער מינהג זאָל יאָ זיך אַרײַנפּאַסן אין דער ייִדישער טראַדיציע, און אויסמײַדן די דערמאָנונג פֿונעם שׂטן. רש״י האָט דאָס געביטן, למשל, מע זאָל לייענען די גאַנצע תּהילים קז, נישט נאָר דעם פּסוק ווי דאָס פֿינצטערניש ווערט דערמאָנט.
ווי אַזוי זשע איז געשען, אַז תּשליך און כּפּרות זאָלן פֿאַרבלײַבן ביזן הײַנטיקן טאָג, קעגן דעם ווילן פֿון רבנים? דאַרף מען טאַקע אָנערקענען דעם געזעלשאַפֿטלעכן אַספּעקט — דער עולם קוקט אַרויס אויף דעם. מע קען אַפֿילו זאָגן, מע האָט הנאה פֿון די טראַדיציעס. דאָס איז זיכער אמת וועגן תּשליך. ווען נאָך פֿאַר אַ צײַט אין לוח גייט די גאַנצע קהילה צוזאַמען אויף אַ שפּאַציר צום וואַסער? כּפּרות שלאָגן איז אַן אופֿן צו טראַכטן וועגן די אייגענע זינד נישט בלויז דורך תּפֿילה, נאָר דורך קאָנטאַקט מיט אַ לעבעדיקער בריאה וואָס מע האַלט אין דער האַנט. אַפֿשר באַטראַכטן דעם מינהג ס׳רובֿ מענטשן ווי פּרימיטיוו, אָבער עפּעס שטאַרקס איז דאָ אין דעם, גײַסטיק און פּסיכאָלאָגיש, וואָס לאָזט נישט אָפּ, און דערפֿאַר שלאָגט מען כּפּרות ביזן הײַנטיקן טאָג.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO