די גילגולים פֿון דער לעגענדע װעגן „רױטע ייִדן‟Reincarnations of the legend about the ‘Red Jews’
כּמעט טױזנט יאָר לאַנג האָט דאָס געשטאַלט פֿון די רױטע ייִדן אינספּירירט דעם כּוח–הדמיון פֿון דײַטשישע קריסטן און אַשכּנזישע ייִדן
פֿון װאַנען שטאַמט די פּאָפּולערע לעגענדע װעגן די „רױטע ייִדן‟, די פֿאַרלױרענע צען שבֿטים פֿון עם–ישׂראל װאָס װױנען הינטערן מיטאָלאָגישן טײַך סמבטיון? דעם הײַנטיקן ייִדישן לײענער איז דער דאָזיקער באַגריף באַקאַנט קודם–כּל פֿון מענדעלע מוכר–ספֿרימס קלאַסישן ראָמאַן „מסעות בנימין השלישי‟ (1878). װי עס װײַזט די דײַטשישע פֿאָרשערין רעבעקאַ פֿאָס אין איר בוך „בנים פֿון רעטער׃ די רױטע ייִדן אין דער ייִדיש-קולטור‟, האָבן די רױטע ייִדן אַלטע װאָרצלען אין דער מיטל-אַלטערלעכער דײַטשישער קולטור. דעמאָלט האָט דער רױטער קאָליר געהאַט אַ שלל מיט פֿאַרשײדענע סימבאָלישע באַטײַטן, סײַ פּאָזיטיװע — װי שטאָלץ, חיות, גבֿורה, סײַ נעגאַטיװע — בושה, בלוטגיריקײט, כּעס. אין דער דײַטשישער שפּראַך זײַנען דאָ אַזעלכע װערטלעך װי „רױטע האָר, בײזע האָר‟ אָדער „רױטהאָריקער טײַװל‟. זינט דעם דרײַצנטן יאָרהונדערט האָט מען באַפֿאַרבט ייִדישע פֿיגורן מיט רױט, װאָס מען קען זען אױף בילדער אין קלױסטערס און אין כּתבֿ–ידן.
די פֿאַרלױרענע צען שבֿטים פֿון עם–ישׂראל זײַנען אױך געװען גוט באַקאַנט די דײַטשישע קריסטן אַ דאַנק ייִדישע משומדים. מען האָט געגלױבט, אַז די רױטע ייִדן געהערן צו דעם חייל פֿון אַנטי–קריסטוס, װאָס פֿאַרבאַהאַלטן זיך ערגעץ װײַט אין מזרח ביז אַחרית–הימים. דעמאָלט װעלן זײ קומען קײן אײראָפּע כּדי צו פֿירן די לעצטע אַפּאָקאַליפּטישע שלאַכטן קעגן קריסטנטום מיט זײער פֿאַלשן ייִדישן משיח בראָש. די דאָזיקע לעגענדע איז געװען פּאָפּולער בײַ קאַטױלן, אָבער די פּראָטעסטאַנטישע רעפֿאָרמאַציע אינעם זעכצנטן יאָרהונדערט האָט ניט ליב געהאַט אַזעלכע קאָלירפֿולע פֿאַנטאַזיעס. דװקא אין יענער צײַט האָבן די אַשכּנזישע ייִדן איבערגעכאַפּט דעם דאָזיקן סיפּור–המעשׂה. די לעגענדע װעגן די צען שבֿטים הינטערן טײַך סמבטיון איז געװען גוט באַקאַנט בײַ פֿאַרשײדענע ייִדישע עדות אָבער בלױז די אַשכּנזים האָבן זײ געהאַלטן פֿאַר רױטע ייִדן. אַזױ אַרום געהערט דער דאָזיקער אימאַזש צו דער בשותּפֿותדיקער קולטור־ירושה פֿון ייִדן און דײַטשן, האַלט פֿאָס.
נאַטירלעך האָבן די אַשכּנזים באַטראַכט די רױטע ייִדן אַנדערש אײדער די דײַטשישע קריסטן. די פֿיגור פֿון אַ „רױטן ייִדל‟ באַװײַזט זיך אין דער אַזױ–גערופֿענער „מעשׂה אַקדמות‟, װאָס איז געװען פּאָפּולער אין צענטראַל– און מזרח–אײראָפּע זינט דעם זעכצנטן יאָרהונדערט. די דאָזיקע מעשׂה האָט אױסגעהאַלטן עטלעכע אױפֿלאַגעס אין פֿאַרשײדענע שטעט צװישן אַמסטערדאַם און לעמבערג. די טיטלען זײַנען געװען פֿאַרשײדן, װי למשל „די געשיכטניס פֿון רבי מאיר ש״ץ און פֿון דען ראָטן ייִדלײן און פֿון דען שװאַרצן מינך [מאָנאַך]‟.
װי מע זעט פֿונעם טיטל, האָט די מעשׂה דרײַ העלדן. דער שװאַרצער מאָנאַך איז אַ בײזער כּישוף-מאַכער, װאָס הרגעט יעדן ייִד װאָס ער טרעפֿט. דער אײנציקער אופֿן צו ראַטעװען ייִדן איז אַראָפּצוברענגען אַ „רױטן ייִדלן‟ פֿון די צען שבֿטים הינטערן טײַך סמבטיון, װאָס קען גובֿר זײַן דעם מאָנאַך דורך זײַנע כּישוף–שטיק. רבי מאיר ש״ץ פֿון דער שטאָט װירמײזא (װאָרמס) לאָזט זיך אין װעג אַרײַן. דעם טײַך סמבטיון קען מען אַריבערגײן בלױז אום שבת, װען דאָס װאַסער שטײט שטיל. ר’ ש״ץ מעג מחלל־שבת זײַן נאָר אײן מאָל, װײַל עס גײט װעגן סכּנת–נפֿשות. צוריק קומען אָבער װעט ער מער ניט קענען. דאָרט געפֿינט ער אַ רױט שנײַדערל, װאָס איז גרײט אַרױסצורופֿן דעם שװאַרצן מאָנאַך אױף צװײקאַמף. אַזױ װי רבי ש״ץ, מעג דאָס שנײַדערל אַריבערגײן דעם טײַך בלױז אײן מאָל, און מוז פֿאַרבלײַבן בײַ די אַשכּנזים ביזן סוף פֿון זײַן לעבן. דאָס רױטע שנײַדערל װײַזט זיך אַרױס װי אַ מער מעכטיקער כּישוף–מאַכער אײדער דער שװאַרצער מאָנאַך, און ייִדן װערן געראַטעװעט. פֿאַרן פֿאַרלאָזן װירמײזא האָט רבי ש״ץ פֿאַרפֿאַסט דעם פּיוט „אַקדמות מילין‟, װאָס מען זאָגט דעם ערשטן טאָג שבֿועות בײַם דאַווענען מוסף.
די רױטע ייִדן קומען אַרױס אין דער דאָזיקער מעשׂה װי אַ העלדיש פֿאָלק, װאָס איז גרײט צו ראַטעװען זײערע אַשכּנזישע ברידער קעגן קריסטלעכע רדיפֿות. דעם רױטן שנײַדערלס פּראָטאָטיפּ איז דוד המלך, װאָס האָט אױך געהאַט רױטע האָר. להיפּוך צו דעם קריסטלעכן סטערעאָטיפּ, באַקומט דער רױטער קאָליר אין דער ייִדישער מעשׂה אַ פּאָזיטיװע אַסאָציאַציע מיט גבֿורה און כּוח. עס איז מערקװירדיק, װאָס אין העברעיִשע נוסחאות פֿון דער דאָזיקער מעשׂה װערט דער רױטער קאָליר ניט דערמאָנט׃ אַ סימן, האַלט פֿאָס, אַז דער דאָזיקער פּרט געהערט אױסשליסלעך צו דער אַשכּנזישער שפּראַך–ירושה.
אין דער מאָדערנער תּקופֿה באַקומט דער מיטאָס װעגן רױטע ייִדן נײַע טײַטשן. דער סאַמע באַקאַנטער בײַשפּיל איז מענדעלעס ראָמאַן. בנימין און סענדערל לאָזן זיך אין װעג אַרײַן פֿון זײער שטעטל טונעיאַדעװקע ערגעץ אין אוקראַיִנע, כּדי אָפּצוזוכן די רױטע ייִדן און זיך קונה־שם זײַן פֿאַר דער װעלט װי גרױסע אַנטדעקער פֿון נײַע לענדער. דער ראָמאַן, װאָס עקזיסטירט אין צװײ נוסחאות, אױף ייִדיש און העברעיִש, לאָזט זיך אױסטײַטשן אױף פֿאַרשײדענע אופֿנים. מען קען עס לײענען װי אַ משׂכּילישע קריטיק פֿונעם אָפּגעשטאַנענעם קלײן-שטעטלדיקן װעלטבאַנעם, װי אַ מין ציוניסטישע פּראָפּאַגאַנדע אָדער פֿאַרקערט, װי אַ קריטיק פֿון פּוסטע ציוניסטישע חלומות. אַזױ אַרום ליפֿערט די אַלטע מעשׂה װעגן רױטע ייִדן אַ רײַכן שטאָף פֿאַר פֿאַרשײדענע מאָדערנע קינסטלערישע אַדאַפּטאַציעס. נאָך מענדעלען האָבן עטלעכע דורות פֿון ייִדישע שרײַבער, צװישן זײ — שלום–עליכם, יצחק לײבוש פּרץ, נפֿתּלי הערץ אימבער און אורי–צבֿי גרינבערג, געמאַכט זײער בײַטראָג אין דער דאָזיקער ליטעראַרישער טראַדיציע.
פֿאָס פֿאַרסך–הכּלט איר בוך׃ „מענדעלע און שלום–עליכם, אימבער און גרינבערג האָבן יעדער אײנער צוגעפּאַסט דעם פּאָפּולערן ליטעראַרישן מאָטיװ פֿון רױטע ייִדן, כּדי צו שאַפֿן אַ קולטורעלן מוסטער פֿאַר דער ייִדישער האַלטונג אין דער הײַנטיקער װעלט. נאָך דעם וואָס פֿון דער השׂכּלה און עמאַנציפּאַציע האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בױדעם, האָט דאָס אָפֿט מאָל געמײנט אַ רוף פֿאַר עליה קײן ארץ–ישׂראל.‟
פֿאָסעס שטודיע איז אַ װיכטיקער בײַטראָג אינעם נײַעם מעטאָדאָלאָגישן צוגאַנג אין ייִדישע לימודים, דהײנו, די פֿאָרשונג פֿון דער ראָלע פֿון װיזועלקײט אין דער ייִדישער טראַדיציע. דער געניטער פֿאַרגלײַך צװישן די סימבאָלישע באַטײַטן פֿונעם רױטן קאָליר אין דער ייִדישער און דער קריסטלעכער קולטור לאָזט אַנטפּלעקן אַ װיכטיקן סימן–מובֿהק פֿונעם אַשכּנזישן װעלטבאַנעם. די דאָזיקע פֿאָרשונג קען מען ציִען װײַטער, בפֿרט װען מען נעמט אין באַטראַכט דאָס גרױסע סימבאָלישע חשיבֿות פֿון רױטקײט אין דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור.
ווי עס שרײַבט דער דיכטער איציק פֿעפֿער אינעם ליד „קאָלירן‟: „כ‘האָב ליב די פֿיל–קאָלירטע װעלט‟. און ער שליסט מיט די ווערטער׃ „נאָר מער פֿון יעטװעדן קאָליר / איז ליב מיר פֿון לאַנגאָנען / די פֿאַרב, װאָס פֿלאַקערט אין עפֿיר, / די רױטקײט פֿון די פֿאָנען!‟
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO