ווידעאָ: אַ ייִדיש־וואָך לעבן דער אָזערע אינעם פּוילישן שטעטל זעגזשינעקVIDEO: A Yiddish week in the lakeside town of Zegrze, Poland
עטל ניבאָרסקיס באַריכט שילדערט ווי די סבֿיבֿה האָט אַרויסגערופֿן שמועסן וועגן דער געשיכטע און צוקונפֿט פֿון ייִדיש־קולטור אין פּוילן
במשך פֿון אַ גאַנצער וואָך דעם זומער האָט מען אין אַ פּויליש שטעטל געשפּילט, געלערנט, געזונגען, געשוווּמען און געחלומט אין גאַנצן אויף מאַמע־לשון.
די אונטערנעמונג, דער „ייִדיש־מאַראַטאָן“, וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 14טן ביזן 20סטן אויגוסט, האָט אָרגאַניזירט דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער. במשך פֿון די זיבן טעג האָבן צענדליקער אָנטייל־נעמער פֿון דער גאָרער וועלט אָנגעפֿילט דאָס פּוילישע שטעטל זעגזשינעק מיט לעבעדיקע, פֿאַרשיידן־אַקצענטיקע, ייִדישע קלאַנגען.
דאָס וואָס די אונטערנעמונג איז פֿאָרגעקומען דווקא אין פּוילן, אַ ספּעציעל אָנגעלאָדן אָרט פֿאַר דער ייִדישער קולטור אין אַלגעמיין און פֿאַר אַ ריי מאַראַטאָניסטן פּערזענלעך, האָט געשאַפֿן גאָר באַזונדערע איבערלעבונגען בײַ די באַטייליקטע. דורכן אומפֿאַרמיטלטן קאָנטאַקט מיט דער אַרומיקער סבֿיבֿה, האָבן זיי פֿאַרברייטערט זייערע ידיעות און השׂגות סײַ לגבי דער געשיכטע און סײַ לגבי דער צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער קולטור אינעם לאַנד. הערט זיך צו ווי עטל ניבאָרסקי, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיט אַ קינאָ־וואַרשטאַט אויפֿן מאַראַטאָן, און אַ ריי אַנדערע מאַראַטאָניסטן באַשרײַבן אין אַ דירעקטן ווידעאָ־באַריכט זייער רושם פֿון דער וואָך אין זעגזשינעק.
דעם פֿילם־באַריכט האָט רעזשיסירט און צונויפֿגעשטעלט עטל ניבאָרסקי.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO