נײַער ווירטועלער קורס: ווי צו שרײַבן אַן אַרטיקל אָדער פּערזענלעכן עסיי אויף ייִדישNew online course: How to write an article or personal essay in Yiddish
דעם קורס וועט לערנען די פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרין שׂרה־רחל שעכטער.
דעם האַרבסט וועט די פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרין שׂרה־רחל שעכטער לערנען ייִדיש־קענער ניצלעכע טעכניקן בײַם שרײַבן פּערזענלעכע עסייען און נײַעס־אַרטיקלען אויף ייִדיש. דער קורס, וואָס ווערט אָרגאַניזירט דורכן אַרבעטער רינג, וועט באַשטיין פֿון פֿינעף סעסיעס און געפֿירט ווערן אויף ייִדיש. ער הייבט זיך אָן דינסטיק, דעם 10טן אָקטאָבער.
אין דעם אינטעראַקטיוון וואַרשטאַט וועט שעכטער לערנען ווי צו שאַפֿן לעבעדיקע קעפּלעך און ווי אָנצוהייבן אַן אַרטיקל אויף אַן אופֿן וואָס קען צוציִען דעם לייענער. אַנדערע טעמעס: ווי צו ניצן אַן אומפֿאָרמעל לשון; וועלכע פּרטים אַרײַנצונעמען אינעם אַרטיקל און וועלכע אַרויסצולאָזן; ווי אַזוי צו ניצן גוגל דאָקס, און אַנדערע קונצן פֿון דער זשורנאַליסטישער בראַנזשע.
בײַ יעדער טעמע וועט מען מוטיקן די סטודענטן צו פּראַקטיצירן וואָס זיי האָבן זיך געלערנט און צו ווײַזן דעם לערער וואָס זיי האָבן אַליין צוגעטראַכט. מע וועט אויך אַרומרעדן די פֿאַרשפּרייטע גרײַזן פֿון אויסלייג און גראַמאַטיק וואָס באַווײַזן זיך אָפֿט אין אַרטיקלען אַרײַנגעשיקטע אין דער פֿאָרווערטס־רעדאַקציע.
דער קלאַס איז איינער פֿון אַ סעריע האַרבסטקורסן פֿאַר ווײַטהאַלטער בײַם אַרבעטער רינג. עס וועלן אויך זײַן קלאַסן אויף ייִדיש וועגן דער ראָמאַניסטקע חוה ראָזענפֿאַרב; וועגן דעם עונג־שבת אַרכיוו וואָס מע האָט באַגראָבן אין וואַרשעווער געטאָ, וועגן ייִדיש און די אַמעריקאַנער קאָמוניסטן און
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף דעם קורס אָדער אויף אַן אַנדער ווײַטהאַלטער־קורס בײַם אַרבעטער רינג, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO