Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

זכרונות פֿונעם באַהאַלטענעם ליובאַוויטשער לעבן אין סאָוועטישן אוזבעקיסטאַן Memoirs about the Lubavitch underground in Soviet Uzbekistan

הרבֿ הלל זאַלצמאַנס בוך באַשרײַבט דאָס ייִדישע לעבן נאָכן חורבן אין דער שטאָט סאַמאַרקאַנד

אין אָקטאָבער וועט אַרויס אַ בוך זכרונות אויף ענגליש פֿון הרבֿ הלל זאַלצמאַן וועגן דעם לעבן פֿון די ליובאַוויטשער חסידים אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.

זאַלצמאַנס זכרונות, „דאָס באַהאַלטענע ייִדישע לעבן אין סאַמאַרקאַנד: ווי אַזוי די אמונה האָט מנצח געווען די סאָוועטישע מאַכט“, איז לכתּחילה אַרויס אויף העברעיִש אין 2013. אין 2016 איז ער איבערגעזעצט געוואָרן אויף ענגליש און דאָס נײַע בוך איז אַ פֿאַרקירצטער נוסח דערפֿון. מע האָט עס אויך איבערגעזעצט אויף רוסיש און אויף ייִדיש.

מיר דאַכט זיך, אַז דאָס בוך איז פֿאַרכאַפּנדיק, אָבער לײַדט פֿון אַ בולטן חסרון: ס׳איז נישט קיין היסטאָרישע באַשרײַבונג, נאָר אומסיסטעמאַטישע זכרונות און דעות פֿון אַ יחיד. צי קאָן אָבער דער פּערזענלעכער סטיל באַטראַכט ווערן אויך ווי אַ מעלה?

זאַלצמאַן איז געבוירן געוואָרן אין 1939 אין כאַרקאָוו — די צווייט־גרעסטע שטאָט אין דער סאָוועטישער אוקראַיִנע. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז די משפּחה עוואַקויִרט געוואָרן קיין סאַמאַרקאַנד, אוזבעקיסטאַן. צוערשט, ווי אַ קליין קינד, האָט ער געמוזט גיין אין אַ סאָוועטישער שול, וואָס דער מחבר פֿאַרדאַמט כּסדר ווי אַ געפֿערלעך אַפּיקורסישע. דערנאָך האָט די משפּחה זיך געגעבן אַן עצה ווי אַזוי צו דערציִען דעם זון אין גאַנצן אין דער היים און אין אַן אונטערערדישער פּריוואַטער ישיבֿה, איזאָלירט פֿונעם נישט־ייִדישן אַרום.

בײַ ס׳רובֿ סאָוועטישע ייִדן קלינגט אַזאַ לעבנס־שטייגער, אַפּנים, ווי אַ גרויסער חידוש. דער מחבר אַליין באַטאָנט, אַז אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן ייִדן געהאַט די מעגלעכקייט צו באַקומען אַ גוטע בילדונג, נאָר פֿאַר אַ פֿרומען ייִד איז עס געווען, לויט אים, „אַ ריזיקע פּראָבלעם“, ווײַל אינעם אוניווערסיטעט האָבן די ייִדישע סטודענטן געקאָנט פֿאַרברענגען מיט ניט־ייִדישע בחורים און מיידלעך. פֿונעם טיפּישן סאָוועטישן שטאַנדפּונקט קלינגט עס ממש יוצא־דופֿנדיק.

אינטערעסאַנט זענען זאַלצמאַנס דערציילונגען וועגן זײַן טאַטנס לערנען אין ליובאַוויטש. זײַן טאַטע איז געווען אַ שוחט, וועלכער האָט באַקומען דעם רשות צו שעכטן פֿונעם לענינגראַדער אָפֿיציעלן הויפּט־רבֿ דוד־טובֿיה קאַצענעלענבויגן (1850־1930). וואָס שייך זײַנע אייגענע זכרונות, דערציילט זאַלצמאַן אַ סך וועגן הרבֿ משה ניסעלעוויטש — אַ ליובאַוויטשער, וועלכער האָט אין די 1950ער יאָרן געשאַפֿן אין סאַמאַרקאַנד די אומאָפֿיציעלע אָרגאַניזאַציע „חבֿורת מזכּי הרבים“ (חמ״ה), וואָס האָט געפֿירט תּורה־שיעורים, געמלט קינדער, אָרגאַניזירט בר־מיצוות, חתונות, לוויות אאַז״וו. אַחוץ פֿאַרשיידענע מעשׂיות וועגן דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע און שײַכותדיקע אַקטיוויטעטן, דערציילט דאָס בוך וועגן אַ צאָל אַנדערע סאָוועטישע ליובאַוויטשער חסידים, אַרײַנגערעכנט מענדל פֿוטערפֿאַס (1906־1995) און בערקע חן (1907־1990).

די מעשׂיות זענען פֿאַרכאַפּנדיק, נאָר עס פֿעלן כּסדר די יאָרן פֿון די געשעענישן און דער סיפּור־המעשׂה פֿאָלגט נישט אַלעמאָל דעם כראָנאָלאָגישן סדר.

דערצו קלינגען געוויסע ציפֿערן ווי אויסטערלישע גוזמאות. זאַלצמאַן שרײַבט, למשל, אַז בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט זײַן משפּחה זיך גענייטיקט אינעם סכום פֿון 3,000 רובל פֿאַר „פּשוטע פּסח־הוצאות“. דעמאָלט איז דאָס געווען גאָר אַ גרויסע סומע געלט; 300 רובל וואָלט זיכער געקלעקט.

לויט אַן אַנדער מעשׂה, האָט איינער, אַבֿרהם באָראָכאָוו, באַצאָלט פֿון זײַן אייגענער קעשענע פֿאַרן איינציקן אתרוג, וואָס אַלע סאַמאַרקאַנדער ייִדן האָבן דעמאָלט געניצט סוכּות, פֿאַר 10,000 רובל אין מאָסקווע. דאָס איז געווען אין 1949. דער מחבר אַליין באַמערקט, אַז ס׳איז געווען אַ ריזיקע סומע. האָב איך אַליין קאָנטראָלירט: אַזאַ סומע איז גענוג אויף צו קויפֿן אַן אויטאָ צי אַ גוטע דירה. צי האָט מען אין דער סאָוועטישער צענטראַל־אַזיע נישט געקאָנט ערגעץ קריגן אַ ציטראָן־פֿרוכט? אָן אַ פּרטימדיקער דערקלערונג קלינגט אַזאַ מעשׂה גאַנץ מאָדנע.

זאַלצמאַן דערציילט אַז איינער אַ בוכאַרישער ייִד מיטן נאָמען רפֿאל כודײַדאַטאָוו האָט געשאַפֿן אַ פֿרומען קאָלווירט, וווּ יעדער אַרבעטער האָט פֿאַרדינט 50 רובל אַ טאָג. ווען איז דאָס, כּלומרשט, געשען? אינעם בוך ווערט עס נישט דערקלערט, נאָר אויף דער אינטערנעץ קאָן מען אויסגעפֿינען. כודײַדאַטאָוו האָט געשאַפֿן דעם קאָלווירט לעבן סאַמאַרקאַנד אין 1926. ביז די 1950ער, האָבן די קאָלווירטניקעס אָפֿט בכלל נישט באַקומען קיין געלט און אַנשטאָט דעם געאַרבעט פֿאַר דער תּבֿואה צי אַנדערע פּראָדוקטן. דער דערמאָנטער געהאַלט איז אַן אויסטערליש גרויסע גוזמא. אפֿשר, האָט אַ גאַנצע גרויסע משפּחה געקאָנט פֿאַרדינען ביז 50 רובל אַ טאָג, נאָר זיכער נישט אַ יחיד.

זאַלצמאַן שרײַבט, אַז דער זון פֿון יענעם קאָלווירט־פֿאָרזיצער, משיח כודײַדאַטאָוו, בשותּפֿות מיט בנימין מאַלאַכאָווסקי און איינעם אַ קריסט אַן אוהבֿ־ישׂראל (פֿאַרוואָס ווערט זײַן נאָמען נישט דערמאָנט?), פֿלעגן קריגן גאַנצע וואַגאָנען קוילן אויף אומלעגאַלע אופֿנים, כּדי צו באַזאָרגן די אָרעמע סאַמאַרקאַנדער ייִדן. וואָס מיינט עס? ווי אַזוי האָבן זיי דאָס דורכגעפֿירט? פֿאַר וואָס האָבן זיי געמוזט באַשווינדלען די מלוכה? אוזבעקיסטאַן איז דאָך אַ דרומדיק לאַנד (דעמאָלט אַ גרויסע סאָוועטישע רעפּובליק) מיט אַ וואַרעמען קלימאַט. מיטן מינימאַלן סכום קוילן אויף איבערצולעבן דעם ווינטער, ווי דער מחבר זאָגט אַליין, האָט די רעגירונג אַלעמען באַזאָרגט. פֿאַרוואָס זענען אַזעלכע קונצן געווען נייטיק? אַזעלכע פּרטים, וואָס קלינגען אומקלאָר אָדער צווייפֿלהאַפֿטיק, פֿאָדערן אַ דערקלערונג.

דער מחבר איז דערצויגן געוואָרן, ווי געזאָגט, אין זייער אַ ספּעציפֿישער סבֿיבֿה און דעם גאַנצן טראָפּ שטעלט ער נאָר אויף איר. ער אַליין איז זיך מודה, אַז אין אוזבעקיסטאַן האָט די אָרטיקע רעגירונג געלאָזט ייִדן פֿירן אַ פֿרומען לעבנס־שטייגער מער אָדער ווייניקער רויִק. וועגן די אָרטיקע טראַדיציאָנעלע ייִדן דערציילט זאַלצמאַן גאָר ווייניק — אויסער אַ פּאָר יחידים, וואָס האָבן געהאַט אַ שײַכות צו חב״ד. פֿון דער צווייטער זײַט, קאָן מען זאָגן, אַז דאָס איז אַ מעלה: גאָר אַ זעלטענער קוקווינקל פֿון אַ מענטש, וואָס האָט געלעבט אין אַ סבֿיבֿה, וועלכע קומט אין סתּירה מיט אַלע סטערעאָטיפּן וועגן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.

פֿונעם מלוכישן קוקווינקל האָבן די ליובאַוויטשער אויסגעזען ווי אַ פֿרעמדע אָרגאַניזאַציע מיטן צענטער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. זאַלצמאַן חזרט כּסדר איבער, אַז פֿון קינדווײַז אָן האָט ער טאַקע פֿײַנט געהאַט דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, אַלע קאָמוניסטישע סימבאָלן און לידער. זײַנע חבֿרים זענען, לויטן בוך, געווען געשטימט פּונקט אַזוי נעגאַטיוו.

אַחוץ די טראַדיציאָנעלע בוכאַרישע ייִדן און די ליובאַוויטשער, זענען אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד געווען אַ גאַנצע ריי אַנדערע פֿרומע גרופּעס. אינעם יאָר 1957 האָט זיך געעפֿנט אַן אָפֿיציעלע סאָוועטישע ישיבֿה — די מאָסקווער „קול־יעקבֿ“. איינער פֿון די מגידי־שיעור איז דאָרט געווען דער מאַכניווקער רבי, אַבֿרהם־יהושע העשעל (1895־1987), אַ באַרימטער חסידישער צדיק, הגם בדרך־כּלל איז דאָס געווען אַ מאָדערן־מתנגדישער אַנשטאַלט. זײַנע חסידים האָבן געהאַט אַן אייגענעם און גאַנץ אָפֿענעם מנין אין מאָסקווע. עס זענען אויך געווען אַקטיווע גרופּעס פֿון אַנדערע חסידים (צום בײַשפּיל, בראַצלעווער און ריבניצער), טויזנטער גרוזינישע און קאַווקאַזער ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, שומרי תּורה ומיצוות.

דעריבער קאָן דאָס בוך זיכער נישט דינען ווי אַן אַלגעמיין בילד פֿונעם סאָוועטישן פֿרומען ייִדישן לעבן, צי אַפֿילו פֿונעם גאַנצן סאָוועטישן חב״ד. עס קען אָבער יאָ זײַן אַ וויכטיקע הוספֿה צו אַנדערע מאַטעריאַלן אויף דער דאָזיקער טעמע און דינט דעריבער ווי אַ וויכטיקער קוואַל פֿון אינטערעסאַנטע מעשׂיות וועגן דעם סאַמאַרקאַנדער ליובאַוויטשער קרײַזל.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.