„שטטל"־שטערן משה לאָבעל קומט צו גאַסט אין אַן אַנדער סאָרט שטעטל ‘SHTTL’ star Moshe Lobel drops into another kind of Yiddish shtetl
ווי אַ גאַסט אויף דער ייִדיש־וואָך האָט דער אַקטיאָר באַמערקט אַ גאָר אַנדער טעם פֿון ייִדיש ווי דאָס וואָס ער האָט קינדווײַז געפֿילט.
ווען די אָרגאַניזאַציע יוגנטרוף יוגנט פֿאַר ייִדיש האָט אין מײַ פֿאַרבעטן דעם אַקטיאָר משה לאָבעל צו פֿאַרברענגען עטלעכע טעג אויף איר יערלעכער ייִדיש־וואָך אין קאָפּייק, ניו־יאָרק, איז דער חסידיש־דערצויגענער לאָבעל געווען אַ ביסל נערוועז.
„איך דריי זיך נישט קיין סך אין די ייִדישיסטישע קרײַזן,“ האָט ער געזאָגט דעם פֿאָרווערטס. „נישט נאָר ווײַל די שפּראַך איז אַנדערש, נאָר ווײַל געוויסע ייִדישיסטן זענען זייער שטרענג וועגן די ייִוואָ־סטאַנדאַרט און מיינען אַז דאָס איז דער איינציקער וועג.“
אָבער ווי נאָר לאָבעל איז אָנגעקומען אין דער וואָך־לאַנגער זומער־קאָלאָניע האָט ער זיך דערפֿילט באַקוועם. „כ’האָב געזען אַז ס׳איז אָפֿן דאָ, מע שטיצט דיך אונטער. מענטשן זענען אינטערעסירט אין דער ברייטקייט פֿון דער שפּראַך און קולטור און אַנדערע דיאַלעקטן. און דער עיקר — ס׳איז בײַ זיי אַ לעבעדיקע שפּראַך, נישט קיין פּרעזערווירטע זאַך פֿון דער געשיכטע.“
משה לאָבעל (וועלכער זיצט אויפֿן גראָז) האָט הנאה פֿון די מוזיקער דזשאָרדין וואַקס (האַרמאָשקע) און יונה סידמאַן (פֿידל) אויף דער ייִדיש־וואָך (פֿילמירט פֿון יכט פֿויגל)
די ייִדיש־וואָך איז אַ יערלעכע אונטערנעמונג וואָס ברענגט צונויף ייִדיש־סטודענטן, משפּחות און עלטערע לײַט אויף אַ גאַנצער וואָך אַקטיוויטעטן אין גאַנצן אויף ייִדיש. הײַיאָר האָט מען געלייענט צוויי דערציילונגען פֿון י. י. זינגער און איציק מאַנגערס „מעשׂיות פֿון גן־עדן“; זיך באַטייליקט שבת־צו־נאַכטס אין אַ כּמו־זומער־לאַגער; געהערט נײַע ייִדישע לידער פֿון באָסטאָן; געמאַכט אַקראָבאַטיק; געזונגען בײַם לאַגער־פֿײַער און צענדליקער אַנדערע אַקטיוויטעטן.
לאָבעלן האָט מען פֿאַרבעטן נאָך דעם ווי די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער ייִדיש־וואָך האָבן באַשלאָסן צו ווײַזן דעם געלויבטן פֿילם „שטטל“ (Shttl), וווּ לאָבעל שפּילט די הויפּטראָלע, מענדעלע. דער פֿילם, וואָס איז אַרויס אין 2022 אָבער ווערט דערווײַל געוויזן בלויז אויף קינאָ־פֿעסטיוואַלן, שילדערט אויף אַ קינסטלערישן אופֿן דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן און די באַציִונגען צווישן די אײַנוווינער פֿון אַ ייִדישן שטעטל אין אוקראַיִנע, איין טאָג איידער די דײַטשן זענען אַרײַן. דער דיאַלאָג פֿונעם פֿילם איז אין גאַנצן אויף ייִדיש און אוקראַיִניש.
לאָבעל, וואָס האָט צוויי שוועסטער און אַ ברודער, איז דערצויגן געוואָרן אין לייקוווּד, ניו־דזשערזי, אָבער דערנאָך האָבן זײַנע טאַטע־מאַמע זיך געגט, האָט די משפּחה זיך אַריבערגעצויגן קיין באָראָ־פּאַרק. „מײַן קינדהייט איז געווען זייער שווער סײַ אין חדר סײַ אין דער היים,“ האָט ער געזאָגט.
די זומערן האָט ער קינדווײַז פֿאַרבראַכט בײַ „צעלעם“ — אַ חסידישער זומער־לאַגער אין סאַוט־פֿאָלסבערג, נ״י און דאָרט האָט ער אַנטדעקט די שיינקייט פֿון שפּילן טעאַטער. ער און אַנדערע בחורים און מענער צווישן 18 און 30 יאָר אַלט האָבן אויפֿגעפֿירט פֿאַרשידענע פּיעסעס פֿאַר די קעמפּערס און אויפֿפּאַסערס. „דאָס איז געווען ממש אַ פּראָפֿעסיאָנעלע פּראָדוקציע — האָט ער געזאָגט — וווּ מע האָט געבויט פּרעכטיקע ‘סעטס’ (דעקאָראַציעס) און פֿאָרגעשטעלט מיסטעריעס און שפּאַנענדיקע פּיעסעס וואָס האָבן צו טאָן מיטן רבונו־של־עולם. און אַלע מאָל זענען געווען ביקסן!“ (די ביקסן זענען אָבער נישט געווען קיין אמתע.)
אַן אַנדער ייִדיש־וואָכניק פֿון אַ חסידישן הינטערגרונט דעם זומער איז געווען יכט (אַרויסגערעדט „יאַכעט“) פֿויגל, אַ זשורנאַליסטקע פֿון אַלעקסאַנדריע, ווירדזשיניע. איר ייִחוס איז אַ וויזשניצער. „מײַן טאָכטער שׂרה האָט מיך אײַנגעלאַדן אַהער. קודם האָב איך נישט געוואָלט פֿאָרן ווײַל כ’בין אַזוי ביזי (פֿאַרנומען) בײַ דער אַרבעט. אָבער דערנאָך האָט מײַן חבֿרטע געזאָגט: ‘אויב דײַן טאָכטער לײַדט דיך אײַן צו קומען מיט דיר, זאָלסטו גיין!’“
„ס׳איז טאַקע אינטערעסאַנט,“ האָט פֿויגל געזאָגט. „איך האָב געמיינט אַז מײַן ייִדיש וועט זײַן די בעסטע. קום איך און איך הער ווי יונגע מענער רעדן אַזוי גוט ייִדיש נאָכן לערנען עס אין אוניווערסיטעט, און לייענען גוט ייִדיש אויך.“
פֿויגל איז געווען צופֿרידן וואָס מע האָט געוויזן דעם פֿילם „שטטל“ אויף דער ייִדיש־וואָך. „מע קען נישט רעדן ייִדיש אָנעם געדענקען און רעדן וועגן דעם חורבן. אונדזער מיזרח־אייראָפּעיִש וועלטעלע, וואָס איז אומגעקומען אין אוישוויץ, איז אַלץ אַ טייל פֿונעם באַנײַטן אינטערעס צו דער ייִדישער שפּראַך.“
דזשאָרדאַן וואַקס, אַ פֿידלער און האַרמאָשקע־שפּילער פֿון סאַנטאַ פֿע, ניו־מעקסיקאָ, זאָגט אַז אויף אים האָט געמאַכט אַ טיפֿן אײַנדרוק די דיסקוסיע וועגן דעם ייִדישן לעבן אין נאָכמלחמהדיקן פּוילן, „ספּעציעל ווען מענטשן האָבן דערציילט ווי זיי האָבן געגנבֿעט די גרענעץ.“
זעלדע פּאָלאָפֿסקי, אַ 90־יאָריקע פֿרוי פֿונעם ליטווישן שטעטל דרויסק, האָט געזאָגט אַז זי איז אַליין געווען בערך 12 יאָר אַלט ווען מע האָט געכאַפּט איר משפּחה און אַנדערע ייִדן בײַם גנבֿענען די גרענעץ פֿון בעלאַרוס קיין בערלין און זיי אײַנגעזעצט אין תּפֿיסה.
„ווען זי האָט דאָס דערציילט האָט עס מיר דערמאָנט אין דעם וואָס קומט איצט פֿאָר אויף דער גרענעץ צווישן טעקסאַס און מעקסיקע,“ האָט וואַקס באַמערקט.
יהושע פֿוקס, אַ ייִד פֿונעם ישׂראלדיקן מושבֿ אַדרת, האָט געזאָגט אַז די בעסטע זאַך וועגן דער ייִדיש־וואָך איז וואָס „מע קען דאָ פּלאַפּלען אָן אויפֿהער, אָן צו קלערן. אויף אַ חתונה למשל איז שווער אָנצוהייבן אַ שמועס אויף ייִדיש ווײַל מענטשן שעמען זיך. דאָ האָבן אַלע געמאַכט אַ באַשלוס צו רעדן אויף ייִדיש, איז עס גרינגער צו פֿירן לאַנגע שמועסן.“
ס׳האָט אים אָבער אַ ביסל פֿאַרדראָסן ווען געוויסע מענטשן זענען אַ מאָל אַריבער אויף ענגליש. „מע דאַרף האָבן אַ ייִדיש־פּאָליציי,“ האָט ער זיך געוויצלט.
רחלע ווײַץ, וואָס קומט שוין יאָרן לאַנג אויף דער ייִדיש־וואָך, האָט געזאָגט אַז זי האָט שטאַרק הנאה פֿון זען ווי די קינדער שפּילן זיך אויף ייִדיש. „איך בין אַ קינד פֿון דער שארית־הפּליטה און אַלע מאָל רעדט מען פֿונעם חורבן,“ האָט זי געזאָגט. „דאָ זעט מען לעבן, עפּעס וואָס פֿעלט מיר שטאַרק אויס. כ’האָב ליב צו זען ווי גרויס די קינדער ווערן פֿון יאָר צו יאָר, ווי זיי קענען שוין שפּילן אינסטרומענטן! זייער רירנדיק.“
לאָבעל האָט אויך הנאה געהאַט פֿון קוקן ווי די קינדער לאַכן און שפּילן זיך, בפֿרט ווען זיי קוקן זיך צו צו די גרויסע טשערעפּאַכעס אין דער אָזערע. „ס׳רובֿ פֿון מײַן לעבן האָט די ייִדישע שפּראַך געהאַט אַ נעגאַטיוון טעם. מע האָט געניצט ייִדיש אונטערצודריקן מענטשן, דיך אָפּצוזינדערן פֿון דער וועלט, פֿון אַנדערע השקפֿות. ייִדיש איז געווען פֿאַרבונדן מיט צרות, גלות און דעם חורבן.
„אָבער דאָ פֿילט מען אַז ייִדיש איז נישט קיין געפּײַניקטע שפּראַך, נאָר איז לעבעדיק,“ האָט ער צוגעגעבן. „מע זעט אַז ייִדיש קען האָבן אַ צוקונפֿט פֿון פֿרייד, ריינקייט און תּמימות.“
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO