איז דער פֿילם „באַרבי“ טאַקע אַ פֿעמיניסטישער?Is ‘Barbie’ really a feminist film?
אין באַרבילאַנד ליגט די מאַכט אין די הענט פֿון פֿרויען, בעת די מענער, די „קענס“, שפּילן בלויז אַ זײַטיקע ראָלע.
במשך פֿון די לעצטע עטלעכע וואָכן קומען די צוקוקערס פֿון אַ געוויסן פֿילם זיך צונויף אין די קילע קינאָ־זאַלן, אָנגעטאָן אין ראָזעווע קליידער, ראָזעווע שיך און ראָזעווע האָר. פֿון מײַן אייגענער איבערלעבונג אין האַרלעם, האָב איך אַליין געזען ווי אַ ייִד מיט אַ ראָזעווער יאַרמלקע, ראָזעווע הויזן און אַ ראָזעווען וועסט אָן אַן אונטערהעמד, איז אַרײַן אין זאַל מיט נאָך עטלעכע אַזוי אָנגעקליידטע, און דערבײַ צוגעגעבן נאָך אַ שפּריץ פֿאַרב צו דער שוין גאָר לעבעדיקער, קאָלירפֿולער סצענע. זינט דעם קולטפֿילם „ראָקי האָראָר פּיקטשור שאָו“, און בפֿרט נאָך דער פֿינצטערער מגפֿה-תּקופֿה, האָט מען אַזאַ פֿענאָמען ניט געזען. איז דאָס שוין אַליין ווערט אַ באַזוך אין קינאָ!
נו, און לכּבֿוד וועלכן פֿילם קומען זיי? דאָ רעדט זיך אַוודאי וועגן „באַרבי“, רעזשיסירט דורך דער פֿעיִקער גרעטאַ גערוויג, וואָס האָט אויך אָנגעשריבן דעם סצענאַר צוזאַמען מיט איר מאַן — דעם ייִדישן אַמעריקאַנער פֿילם-רעזשיסאָר נח באַומבאַך. דער פֿילם באַלעבט די באַקאַנטע אַמעריקאַנער ליאַלקע, צוזאַמען מיט דער מענערישער (און נאַרישער) פֿיגור — קען, כּדי צו פֿירן אַ פֿילזײַטיקע דיסקוסיע מכּוח די געשלעכט-באַציִונגען, פֿעמיניזם, מאָדע, און אַנדערע הײַנטצײַטיקע ענינים. אַלץ ווערט געפֿירט מיט היפּשע מאָסן איראָניע און זעלבסט-באַוווּסטזיניקייט, וואָס באַרעכטיקט דאָס טאַנצן, זינגען און גאָר איבערגעטריבענע קאָסטיומען און בינע-מאָלערײַען אין „באַרבילאַנד“. טאַקע די קינאָגראַפֿיע — ווי, למשל, די גליטשלקעס וואָס פֿירן אַראָפּ פֿון באַרביס הויז — מאַכט אַ פּנים דעם גרעסטן רושם אויפֿן עולם.
כאָטש באַרבי ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי דער סאַמע סימבאָל פֿון דער קאַפּיטאַליסטישער קאָנסומענט-קולטור און פֿון די אומדערגרייכלעכע שיינהייט-סטאַנדאַרטן, שטרעבט דאָ גערוויג איבערצוקערן דעם דאָזיקן רושם, און איבערצושאַפֿן די דאַרע בלאָנדינע ווי אַ סימבאָל דווקא פֿון פֿעמיניזם און ווײַבלעכן כּוח. אין באַרבילאַנד ליגט די מאַכט אין די הענט פֿון פֿרויען, אַלע מיטן נאָמען באַרבי, און די מענער, די „קענס“, שפּילן בלויז אַ זײַטיקע ראָלע. נו, אַ ביסל מאַטריאַרכאַט וועט קיינעם נישט שאַטן.
אַרײַנגעשטעלט אינעם פֿילם זענען נישט ווינציק ייִדישע רמזים. ראשית-כּל, שפּילט דאָ אַ ראָלע די ייִדישע שאַפֿערין פֿון באַרבי, רות האַנדלער (2002-1916), געבוירן אין קאָלעראַדאָ בײַ ייִדישע אימיגראַנטן פֿון פּוילן. געשפּילט דורך דער ייִדישער אַקטריסע, ריִאַ פּערלמאַן, קומט האַנדלער דאָ אַרויס ווי אַ קליינטשיקע „הדסה“-ייִדענע, וואָס לערנט באַרבין די אַלטע קלוגשאַפֿט פֿון פֿעמיניזם און ווײַבלעכער זעלבסט-זיכערקייט; אַ מין דערפֿאַרענע בעל-יועצטע פֿאַרן ייִנגערן דור פֿרויען.
ווייניקער אויסדריקלעך וואָס שייך דעם ייִדישן קוקווינקל, זעט מען אינעם געשטאַלט פֿון אַלאַן, געשפּילט דורך מײַקל סעראַ, וואָס איז נישט קיין ייִד, אָבער מע קען טענהן אַז זײַן פֿילם-פּערסאָנאַ איז פֿאָרט אַ ייִדישע, ווײַל נישט זעלטן שפּילט ער אַזעלכע סאָרטן שלמזלניקעס, ווי למשל אינעם פֿילם „סופּערשלעכט“. און אויך דאָ שפּילט ער אויס דעם אַלטערנאַטיוון מענערישן טיפּ, וואָס זאָגט זיך אָפּ אָנצונעמען אויף זיך דעם „יאָך פֿון פּאַטריאַרכאַט“ — אַ געזעלשאַפֿטלעכע סטרוקטור וואָס באַדריקט, לויט דעם באַקאַנטן פֿעמיניסטישן געדאַנקען-גאַנג, אי די פֿרויען אי די מענער.
דער פֿילם איז כּולל אויך דעם איראָנישן וויץ, געזאָגט דורך וויל פֿאַרעלס געשטאַלט, דעם נאַרישן אויספֿיר־דירעקטאָרו פֿון דער „מאַטעל“-פֿירמע, בשעת ער פּראָבירט אַרויסווײַזן זײַן פּראָגרעסיווקייט, זאָגנדיק אַז „עטלעכע פֿון מײַנע בעסטע חבֿרים זענען ייִדן“. גערוויג אַליין ווערט ציטירט אין דער „ניו יאָרק טײַמס“ זאָגנדיק אַז זי וויל די צוקוקערס זאָלן איבערלעבן עפּעס ענלעכס צו איר גײַסטיקער שבת-טיש־איבערלעבונג יונגערהייט בײַ ייִדישע חבֿרים פֿון דער משפּחה.
שטעלט זיך די פֿראַגע: קען מען טאַקע פֿאַררעכענען דעם פֿילם ווי אַן עכט פֿעמיניסטישער? וואָסער סאָרט פֿעמיניזם ווײַזט ער בכלל אַרויס?
אין אָט דער פֿראַגע ליגט למעשׂה די גאַנצע זאַך. דער פֿילם מאַכט דעם אָנשטעל פֿון אַ גאָר אַרומנעמיקער פּראָגרעסיווער דיסקוסיע, וואָס באַהאַנדלט כּלומרשט „אַלצדינג באַרבי“, דהײַנו דעם גאַנצן באַרבי-אוניווערס: די אַלערליי באַרביס און קענס, די קונים פֿון דער ליאַלקע און זייערע קאָמפּליצירטע צווישן-באַציִונגען, די לעכערלעכע מענערישע עקזעקוטיוון אין דער פֿירמע אַנטקעגן דער קלוגער לאַטײַן-אַמעריקאַנער סעקרעטאַרשע וואָס בלײַבט הינטער די קוליסן אין דער מענערישער וועלט, נישט געקוקט אויף אירע פֿעיִקייטן (דעם פֿילמס וווּנק צו דער אידענטיטעט-פּאָליטיק, וואָס לגבי איר פּראָגרעסיווקייט קען מען פֿירן אַ וויכּוח).
אָבער פֿאָרט בלײַבט דאָ איין זײַט לחלוטין ניט־דערפֿאָרשט: דער ענין פּראָדוקציע. דער פֿילם פֿאַרשווײַגט פֿאַקטיש די קולות פֿון די אַלע אַרבעטער פֿרויען און מענער, וואָס ס’רובֿ פֿון זיי אַרבעטן אונטער שווערע באַדינגונגען אין כינע און מעקסיקע העט ווײַט פֿון האָליוווּד, וואָס אָן זייער האָרעוואַניע, וואָלטן קיין שום באַרבי און קען קיינמאָל נישט דערזען די ליכטיקע שײַן. דהײַנו, דעם פֿילמס קריטישע אויג בלײַבט פֿאַרצוימט אין דער בורזשואַזער וועלט און אין דעם בורזשואַזן וועלטבאַנעם. לויט דער אָנגענומענער פֿעמיניסטישער השקפֿה — אַז דעם עכטן פֿעמיניזם טאָר מען נישט צעשיידן פֿונעם ענין קלאַס — קען מען אין לעצטן סך־הכּל נישט פֿאַררעכענען דעם „באַרבי“-פֿילם ווי אַן עכט פֿעמיניסטישער.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO