טשיקאַוועסן: יאָרק קריגט ראַבינערטע נאָך 800 יאָר אָן אַ רבֿ • בער אַנטלויפֿט פֿון שטײַג אין איראַקישן עראָפּלאַן Tidbits: York gets first rabbi in 800 years • Bear escapes from cage in Iraqi plane
דער אַמאָליקער ייִדישער ייִשובֿ אין יאָרק איז אומגעקומען אין אַ פּאָגראָם שבת־הגדול אין יאָר 1190
Tidbits is a weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both!
If you read the articles and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief.
Listen to the report here:
הערט דעם אוידיאָ דאָ:
נאָך 800 יאָר וואָס די שטאָט יאָרק, ענגלאַנד, האָט נישט קיין רבֿ, וועט די ראַבינערטע אלישבֿע סאַלאַמאָ ווערן די גײַסטיקע פֿירערין פֿון דער אָרטיקער סינאַגאָגע, „די יאָרקער ליבעראַלע ייִדישע קהילה“. די שיל איז געגרינדעט געוואָרן אין 2014 און באַשטייט איצט פֿון בערך 100 מיטגלידער.
דאָס איז אַ היסטאָריש געשעעניש פֿאַר יאָרק, אין צפֿון־ענגלאַנד. מיט טויזנט יאָר צוריק איז דאָרט געווען אַ ייִדישער ייִשובֿ אָבער אַלע ייִדן זענען אומגעקומען אין אַ פּאָגראָם שבת־הגדול, מאַרץ 1190. די שחיטה איז פֿאָרגעקומען אינעם באַקאַנטן שלאָס, „קליפֿאָרדס טורעם“.
יאָרק איז נישט דאָס איינציקע בריטישע שטעטל מיט אַ געשיכטע פֿון אַנטיסעמיטיזם, וווּ מע האָפֿט צו באַנײַען דאָס ייִדישע לעבן. אין נאָרוויטש, וווּ ס׳איז פֿאָרגעקומען דער ערשטער בלוט־בילבול (אין יאָר 1144) און אַ פּאָגראָם אין 1190, פּלאַנירט מען איצט צו בויען אַ מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה.
דער איראַקישער פּרעמיער האָט געהייסן אויספֿאָרשן ווי אַזוי אַ בער איז אַנטלאָפֿן פֿונעם קאַסטן אינעם פֿראַכטטייל פֿון אַן איראַקישן עראָפּלאַן — פּונקט ווען מע האָט געזאָלט אָפּפֿליִען פֿונעם דובײַער פֿליפֿעלד. די פּאַסאַזשירן האָבן אויסגעדריקט אומצופֿרידנקייט וואָס מע האָט צוליב דעם אינצידענט געדאַרפֿט אָפּלייגן דעם פֿלי.
די רעגירונג־אינסטאַנצן פֿון די פֿאַראייניקטע אַראַבישע עמיראַטן האָבן איבערגעשיקט עטלעכע ספּעציאַליסטן וואָס האָבן אײַנגעשלעפֿערט דעם בער און אים אַרויסגעטראָגן פֿון עראָפּלאַן.
אין איראַק — און בפֿרט אין באַגדאַד — איז געוואָרן אַ נײַע מאָדע בײַ די רײַכע צו האַלטן ווילדע חיות בײַ זיך אין שטוב. די איראַקישע אינסטאַנצן האָבן לעצטנס אָנגעהויבן בעטן די בירגער גלײַך צו רופֿן די פּאָליציי אויב זיי זעען ווי אַ חיה וואַנדערט איבער די גאַסן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO