מײַן אָפּרוף, ווי אַ לינק־געשטימטער אַמעריקאַנער, אויף די ישׂראל־פּראָטעסטןMy reaction, as a left-leaning American Jew, to the protests in Israel
מיר קענען זיך אָפּלערנען פֿון דעם וואָס די ישׂראל־בירגער האָבן באַוויזן צו שאַפֿן אַזאַ ברייטע קאָאַליציע דעמאָנסטראַנטן
װי אַ לינק־געשטימטער אַמעריקאַנער ייִד, קען איך זיך נישט אָפּרײַסן פֿון די נײַעס װאָס שטראָמט אַרױס די טעג פֿון ישׂראל. װי באַװוּסט, האָט די רעגירונג פֿון ביבי נתּניהו אַדורכגעפֿירט דורך דער כּנסת אַ געזעץ־פּראָיעקט, װאָס נעמט אַװעק אײנע פֿון די הױפּטראָלעס פֿון ישׂראלס העכסטן געריכט: דאָס איבערקוקן און אַפּראָבירן, אָדער בטל מאַכן, געװיסע באַשלוסן פֿונעם פּרעמיער אָדער זײַנע מיניסטאָרן.
מאַסן־דעמאָנסטראַציעס קעגן דעם פּלאַנירטן געזעץ־פּראָיעקט האָבן פֿאַרפֿלייצט די ישׂראלדיקע גאַסן און שאָסײען. מיליטערישע רעזערװיסטן האָבן געסטראַשעט זיך צוריקצוציִען פֿון זײער דינסט. קראָמען האָבן נישט געקענט פֿירן זײער געשעפֿט. געוויסע מאַסקירטע פּאָליציאַנטן אױף פֿערד האָבן געשלאָגן פּראָטעסטירערס.
די אַלע פּראָטעסט־מיטלען זענען, דאַכט זיך, אַדורכגעפֿאַלן. דער כּנסת האָט סײַ־ווי אָנגענומען דאָס געזעץ. און דאָס עפֿנט דעם װעג פֿאַר נאָך ברײטערע מעשׂים מצד ביביס רעגירונג. דער מיניסטער פֿון נאַציאָנאַלער זיכערקײט, איתּמר בן־גבֿיר, האָט זיך צעװערטלט אין אַ טװיט אַז „דער סאַלאַטן־באַר איז אָפֿן“ — מיינענדיק, אַז אַלע מעגלעכקייטן זענען איצט אויפֿן טיש.
פֿון דעסט וועגן זע איך אַ פּאָר שטראַלעכלעך ליכט.
ערשטנס, איז דאָס אפֿשר דאָס ערשטע מאָל אין כּמה יאָרן װאָס די אָקופּאַציע פֿון פּאַלעסטינער מצד מדינת־ישׂראל װערט טאַקע אַװעקגעשטעלט אױבן־אָן אויפֿן נאַציאָנאַלן סדר־היום. מיט פֿלאַם־פֿײַערדיקע לאָזונגען, האָט מען געטראָגן פּלאַקאַטן קעגן דער אָקופּאַציע אין מיטן די מאַסן־דעמאָנסטראַציִעס. פֿאַר דער הױפּט־קװאַרטיר פֿון צה״ל האָט מען אױפֿגעהאָנגען אַ טראַנספּאַראַנט: „מיר װעלן נישט שטאַרבן און מיר װעלן נישט הרגענען אין דינסט צו די קאָלאָניעס.“ און עס דאַכט זיך, אַז נאָכן אָננעמען דאָס דאָזיקע געזעץ, האָבן הונדערטער מילואימניקעס (רעזערװיסטן) זיך טאַקע צוריקגעצױגן פֿון דינסט.
די קעגנערס פֿון דער אָקופּאַציע אין דער אַלגעמײנער אַנטי־ביבי־באַװעגונג שפּילן נאָך אַ מינאָריטעט־ראָלע. די גרופּעס װאָס פּרעדיקן דעם מאָראַלישן היזק פֿון דער אָקופּאַציע שױן יאָרן לאַנג, װי צום בײַשפּיל „שובֿרים השתּיקה“ — די אָרגאַניזאַציע פֿון סאָלדאַטן װאָס האָבן פֿריִער געדינט אין די שטחים, האָבן גענוצט דאָס װאָרט „געלעגנהײט“ פֿון זײער צד צו באַשרײַבן אַז די פֿענצטערס פֿון דער פּאָליטיק האָבן זיך איצט אפֿשר צעפּראַלט אַ ביסל ברײטער.
דער צװײטער שטראַל פֿון האָפֿענונג קומט פֿון מײַן אייגענער אַמעריקאַנער פּערספּעקטיװ. שױן כּמעט אַ יאָרצענדלינג איז די אַמעריקאַנער לינק־געשטימטע מחנה פֿאַרייִאושט געוואָרן װעגן דער מעגלעכקײט פֿון ממשותדיקע ענדערונגען אין דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק און געזעלשאַפֿט. סײַ דאָס דערוויילן טראָמפּ, סײַ דער שװאַכער אָפּרוף אױף דער פּאַנדעמיע, האָבן אונדז (האָבן מיך) אַרײַנגעפֿירט אין אַ פֿאַרצװײפֿלונג.
און איצט, גיט נאָר אַ קוק: אַ ברײטע קאָאַליציע האַלט בײַם כּמעט פֿולשטענדיק אָפּשטעלן די גאַנצע ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט. װי אַ פּראָגרעסיװער פֿײסבוק־חבֿר מײַנער אין ישׂראל האָט דאָס אױסגעדריקט, האָט דער לינק־געשטימטער צד געהאַט צװײ אױפֿגאַבעס, אױסצופֿאָרמירן אַ באַװעגונג און צו זײַן עפֿעקטיװ. דאָס ערשטע האָט מען טאַקע אױסגעפֿירט, אין די טױזנטער, אין אַלע שטעט איבערן גאַנצן לאַנד, זיך אַקעגנשטעלן דער שליטה פֿון אַרמײ און פּאָליצײ.
אײַ, דאָס צװײטע, די עפֿעקטיװקײט, פֿעלט נאָך? שװער צו װיסן װאָס װעט זײַן. נאָר דער פֿאַקט אַלײן אַז מע קען זיך אָרגאַניזירן מאַסנװײַז, אַרײַננעמענדיק מענטשן פֿון פֿאַרשײדענע סעקטאָרן, איז אינספּירירנדיק.
די צײַט איז אַ גאַנץ טונקעלע, סײַ אין אַמעריקע, סײַ אין ישׂראל. דער רעכטער צד שטײַגט מעלה־מעלה אין בײדע ערטער. נאָר בײַשפּילן פֿון באַטײַטיקע פּאָליטישע אַקציעס דאַרף מען נישט אַוועקמאַכן מיט דער האַנט.
ס׳איז שװער צו פּרוּװן אָפּלערנען אַ מוסר־השׂכּל פֿון געשעענישן װאָס זײַנען נאָך אין גאַנג, נאָר איך װעל זיך דערלױבן. די דעמאָנסטראַציעס אין ישׂראל, אױף דער הױפּטגאַס קאַפּלאַן אין תּל־אָבֿיבֿ, זײַנען זיך צונױפֿגעקומען אױף אַן אַרטעריע װאָס איז שױן פֿריִער, מיט אַ יאָרצענדליק צוריק, געװען דער פּלאַץ פֿאַר פֿריִערדיקע גרױסע דעמאָנסטראַציעס. מע האָט געװוּסט װוּ זיך צו פֿאַרזאַמלען. און דעמאָנסטרירט האָט מען װאָך אײַן, װאָך אױס. אַ סך פֿון די גרױסע מאַניפֿעסטאַציעס בשעת די טראָמפּ־יאָרן זײַנען געװען אײנמאָליקע געשעענישן, נישט קײן אָנגייענדיקע באַװעגונג.
דער צװײטער פּונקט װאָס מע קען דערפֿון זיך אָפּלערנען איז די נײטיקײט פֿון ברײטע קאָאַליציעס. אױף דער אַמעריקאַנער גאַס זײַנען אַזעלכע אַרומנעמיקע מחנות שױן כּמעט װי נישטאָ. דאָס האָט אפֿשר צו טאָן מיטן דורכפֿאַל פֿון גרעסערע כּוחות אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט װאָס פֿאַראײניקן פֿאַרשײדענע גרופּעס, װי למשל פּאָליטישע פּאַרטײען אָדער אַרבעטער־פֿאַראײנען.
מע קען אפֿשר ענטפֿערן אױף מײַנע אױספֿירן װעגן אַמעריקע, אָפּגעלערנטע פֿונעם ישׂראלדיקן מצבֿ, אַז אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז נישטאָ אַזאַ גורלדיקער געזעץ־פּראָיעקט װי דאָס װאָס ביבי האָט אַדורכגעפֿירט. איך בין נישט מסכּים. אַ צאָל אַזעלכע פּאָליטישע ערד-ציטערנישן זײַנען טאַקע פֿאָרגעקומען בלויז אין די לעצטע עטלעכע יאָר (דאָס פֿאַרװערן אַבאָרטן, דאָס אַװעקנעמען בענעפֿיטן פֿון אַרבעטער צוליב דער פּאַנדעמיע, דאָס פֿאַרשליסן די גרענעצן קעגן פּליטים), נאָר מע זיצט װי מיט פֿאַרלײגטע הענט.
קענען מיר אַמעריקאַנער לינק־געשטימטע זיך אפֿשר אינספּירירן פֿון דעם ישׂראלדיקן בײַשפּיל?
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO