ווידעאָ: פֿרײַטיקן אין לייוויק־הויזVideo: Fridays at Leyvik House in Tel Aviv
אינעם דאָקומענטאַר אינטערוויוירט מען דעם לאַנגיאָריקן רעדאַקטאָר פֿון „לעצטע נײַעס“ — מרדכי צאַנין, די שרײַבערין יענטע מאַש און אַנדערע.
צענדליקער יאָרן לאַנג איז דאָס לייוויק־הויז — דער תּל־אָבֿיבֿער אַדרעס פֿונעם פֿאַבאַנד פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל — געווען דער צענטער פֿונעם ייִדיש־שפּראַכיקן קולטור־לעבן אין דער ייִדישער מדינה.
דער רירנדיקער דאָקומענטאַר נעמט אַרײַן אויסצוגן פֿון אינטערוויוען מיט באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן דורכגעפֿירט בעת די אָנהייב־1990ער יאָרן. דער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג „לעצטע נײַעס“ — מרדכי צאַנין, די פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, די שרײַבערין יענטע מאַש, דער פּובליציסט יצחק לודען און אַנדערע באַשרײַבן זייערע ערשטע יאָרן אין ישׂראל און ווי אַזוי זיי האָבן באַוויזן צו דרוקן ביכער און צײַטונגען בעת דעם אָנפֿאַל אויף מאַמע־לשון מצד די ציוניסטישע פֿירער.
דער דאָקומענטאַר איז איינער פֿון צען ווידעאָס אין וועלכע ייִדישע שרײַבער פֿון מיזרח־אייראָפּע פֿאַרן חורבן רעדן וועגן זייער לעבן. די ווידעאָס, וואָס זענען אויף ייִדיש מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך, זענען רעזשיסירט געוואָרן דורכן פּרעמירטן שרײַבער און געוועזענעם פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער ווי אַ טייל פֿון דער סעריע, „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבער“.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO