זום־שמועס מיט פֿרידא וויזעל, טורפֿירערין פֿון חסידישע געגנטן אין ברוקליןZoom chat with Frieda Vizel, tour guide of Hasidic Brooklyn neighborhoods
אַליין אַ דערצויגענע בײַ אַ סאַטמערער משפּחה, וועט זי רעדן וועגן דעם חסידישן חינוך, צײַטונגען און קינדערשפּילן
זונטיק, דעם 30סטן יולי, וועט פֿאָרקומען אַ ווירטועלער שמועס מיט פֿרידא וויזעל, אַ טורפֿירערין פֿון צוויי חסידישע געגנטן אין ברוקלין — וויליאַמסבורג און באָראָ־פּאַרק.
אינעם שמועס, וואָס ווערט געשטיצט פֿון דער ייִדיש־ליגע, וועט דער אינטערוויויִרער אלי בענעדיקט פֿרעגן וויזעל, אַליין אַ דערצויגענע בײַ אַ סאַטמערער משפּחה, וועגן דעם טאָג־טעגלעכן לעבן אין דער חסידישער קהילה און פֿאַר וואָס זי האָט פֿאַרלאָזט דעם חסידישן לעבן־שטייגער. מע וועט אויך רעדן וועגן דעם חסידישן חינוך, קינדערשפּילן אויף ייִדיש און חסידישע צײַטונגען.
פֿרידא וויזעל איז געבוירן געוואָרן בײַ אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה אין קרית־יואל, ניו־יאָרק. זי האָט פֿאַרלאָזט די קהילה צו 25 יאָר, און געוואָרן אַ טורפֿירערין פֿון חסידישע געגנטן אין ברוקלין. זי שרײַבט אַ בלאָג און האָט אַ יוטוב־קאַנאַל אויף ענגליש. אין אירע באַריכטן דעקט זי דאָס לעבן פֿון די חסידים אין פֿאַרשיידענע תּחומים: חסידישע פּאָפּקולטור, עסן, סאָציאַל־עקאָנאָמיע, רעקלאַמעס, געשעפֿטן און נאָך. זי פֿירט אויך דורך אינטערוויוען אויף טעמעס וואָס זענען שייך צום געוועזענעם חרדישן שטייגער לעבן.
די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען אויף זום דעם 30סטן יולי, 1:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט / 11:00 אין דער פֿרי קאַליפֿאָרניער צײַט.
כּדי זיך צו רעגיסטרירן גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO