ווידעאָ: אַ ליד פֿון אַ באַגרענעצטן קינדס קוקװינקלVideo: A song from a special needs child’s point of view
דער חסידישער זינגער מאָטי אילאָװיטש פּריידיקט אַ רירנדיקן מוסר־השׂכּל
דער חסידישער זינגער מאָטי אילאָװיטש האָט נישט קיין מורא זיך אויסצודריקן אין די קליפּס און די לידער װאָס ער גיט כּסדר אַרויס. ער האָט למשל פֿריִער געמאַכט ווידעאָס װעגן זײַן זאָרג לגבי אַנטיסעמיטישע אַטאַקן אויף די װעלטלעכע ייִדן אינעם שטאַט מאָנטאַנע, און וועגן דעם גײַסטיקן געזונט פֿון אַ מענטשן — צװיי ענינים װאָס זענען נישט קיין געװיינטלעכע טעמעס בײַ חסידים.
לעצטנס האָט ער אַרויסגעלאָזט אַ נײַ ליד, „אַנדערש“, װעגן דער מידה, אַרויסווײַזן דרך־ארץ און ליבשאַפֿט צו מענטשן מיט אַ מום. אינעם ליד געפֿינט זיך נאָך אַ מער רירנדיקן מוסר־השׂכּל פֿון זײַנע פֿריִערדיקע לידער.
אינעם נײַעם ווידעאָ זינגט אילאָװיטש פֿונעם קוקװינקל פֿון אַ קינד מיט אַ מום, װאָס װיל נישט מע זאָל זיך באַציִען צו אים אַזוי װי ער האָט נישט קיין שׂכל. דאָס ליד דערמאָנט אונדז אַז יעדער איינער האָט אַ נשמה, אַ גײַסט און אַ האַרץ, כאָטש מע זעט אַ מאָל אויס אַ ביסל אַנדערש.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO