Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ראָמאַן שילדערט קאָנפֿליקט צװישן סאָװעטישע דיסידענטן און ייִדישע אַקטיװיסטן Novel portrays the conflict between Soviet dissidents and Jewish activists 

פּאָל גאָלדבערג באַשרײַבט די סובקולטור פֿון מאָסקװער ייִדישע און דיסידענטישע סבֿיבֿות אין די 1970ער יאָרן

די האַנדלונג פֿונעם נײַעם ראָמאַן „דער דיסידענט‟ פֿונעם אַמעריקאַנער מחבר פּאָל גאָלדבערג קומט פֿאָר אין יאַנואַר 1976 אין מאָסקװע. ערבֿ דעם װיכטיקן פּאָליטישן באַזוך פֿונעם אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר הענרי קיסינדזשער דערמאָרדעט עמעצער צװײ מענער, װאָס זײַנען אַ פּנים אַנטדעקט געװאָרן אין מיטן פֿון אַ האָמאָסעקסועלן תּשמיש.

אײנער איז אַן אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַט, דער צװײטער אַ דיסידענט און אַ געשעפֿט־מאַכער אױפֿן שװאַרצן מאַרק, און בײדע זײַנען ייִדן. די סאָװעטישע געהײם־דינסט „קאַ־גע־בע‟ איז אױפֿגעבראַכט, װײַל דאָס װעט גורם זײַן אַ פּאָליטישן סקאַנדאַל מיט קיסינדזשער. כּדי צו לײזן דאָס רעטעניש װענדן זײ זיך צו אַ ייִדישן „רעפֿיוזניק‟, װיקטאָר מאָראָז. אױב ער װעט געפֿינען דעם מערדער, װעט מען אים אַרױסלאָזן פֿונעם לאַנד. אױב ניט, װעט מען אים אַלײן באַשולדיקן אינעם מאָרד.

דער דאָזיקער סיפּור־המעשׂה איז אין גאַנצן אױסגעטראַכט, דערקלערט גאָלדבערג אינעם נאָכװאָרט צום ראָמאַן. אין דעם זין איז „דער דיסידענט‟ ענלעך צו זײַן פֿריִערן ראָמאַן, „דער ייִד‟: אַ כאַליאַסטרע ייִדן, װאָס קומען הרגענען סטאַלינען אין 1953. אין בײדע ראָמאַנען דינט דער געשפּאַנטער אױסגעטראַכטער סיפּור־המעשׂה װי אַ מין כּוח־הפּועל, װאָס טרײַבט די מעשׂה פֿאָרױס און רײצט דעם לײענערס אינטערעס.

אָבער ניט דאָס איז דער עיקר. אַזױ װי גאָלדבערגס אַנדערע ראָמאַנען, איז „דער דיסידענט‟ אַ פּועל־יוצא פֿון אַ גרונדיקער היסטאָרישער פֿאָרשונג. גאָלדבערגס כּװנה איז אַ פֿילזײַטיקע. ער איז מחיה־מתים די אײגנאַרטיקע סובקולטור פֿון מאָסקװער ייִדישע און דיסידענטישע סבֿיבֿות אין די 1970ער.

אַחוץ דעם שטעלט ער האַרבע עטישע קשיות פֿאַר זײַנע העלדן. דאָס איז געװען די צײַט, װען דער קאַמף פֿון סאָװעטישע ייִדן פֿאַרן רעכט צו עמיגרירן איז געװאָרן אַ טײל פֿון דער אַלװעלטלעכער פּאָליטיק. די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן משתּדל געװען בײַ דער אַדמיניסטראַציע און בײַם קאָנגרעס, זײ זאָלן אַװעקשטעלן די „ייִדישע פֿראַגע‟ אױף זײער פּאָליטישן סדר־היום אין די באַציִונגען מיטן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. אָבער אײניקע פּאָליטישע דעה־זאָגערס, צװישן זײ קיסינדזשער, האָבן געהאַלטן, אַז דאָס װעט שטערן די פּאָליטיק פֿון „אַנטשפּאַנונג‟ צװישן אַמעריקע און סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.

דערצו נאָך זײַנען די אינעװײניקע באַציִונגען צװישן פֿאַרשײדענע דיסידענטישע שטרעבונגען אין סאָװעטן-פֿאַרבאַנד געװען ניט גלאַט. די רוסישע דיסידענטן, װאָס האָבן געקעמפֿט פֿאַר מענטשנרעכט פֿאַר אַלע סאָװעטישע בירגער, האָבן ניט אױסגעקומען מיט ייִדישע אַקטיװיסטן, װאָסער אײנציקער ציל איז געװען אַ פֿרײַע עמיגראַציע פֿאַר ייִדן. בײדע קבֿוצות האָבן געזוכט קאָנטאַקטן מיט אַמעריקאַנער פּאָליטיקער.

גאָלדבערג איז גוט באַהאַװנט אין די פּרטים סײַ פֿון דער אַמעריקאַנער, סײַ פֿון דער דיסידענטישער פּאָליטיק. ער האָט יאָרן לאַנג געפֿאָרשט די געשיכטע פֿון דער סאָװעטישער דיסידענטישער באַװעגונג אין אַרכיװן און פֿאַרפֿאַסט צװײ ביכער װעגן דעם דאָזיקן ענין. דערפֿאַר זײַנען כּמעט אַלע שטײגערישע פּרטים אין זײַן ראָמאַן גאַנץ פּינקטלעך. ער רעקאָנסטרויִרט די אײגנאַרטיקע אַטמאָספֿער פֿון דער סאָװעטישער מאָסקװע אין װינטער 1976, שילדערט דעם טראַנספּאָרט, די גאַסן, די הײַזער, די דירות און די בגדים פֿון יענער צײַט. זײַנע העלדן רעדן אױטענטיש רוסיש, און זײער רײד װערט באַגלייט מיט ענגלישע איבערזעצונגען און היסטאָרישע דערקלערונגען.

די הױפּטהעלדן זײַנען אױסגעטראַכטע, אָבער אײניקע זײַטיקע פּערסאָנאַזשן — למשל, דער דעמאָלטיקער מאָסקװער רבֿ יעקבֿ פֿישמאַן און אַ פּאָר באַרימטע דיסידענטן — זײַנען רעאַלע פֿיגורן.

„דער דיסידענט‟ באַרירט עטישע און פּאָליטישע פּראָבלעמען, װאָס פֿאַרבלײַבן רעלעװאַנט עד־היום. װאָס איז װיכטיקער, ייִדישע נאַציאָנאַלע אינטערעסן אָדער די אַלגעמײנע מענטשנרעכט? װאָס פֿאַר אַן אָרט פֿאַרנעמען די אַלמענטשלעכע הומאַניטאַרע דאגות אינעם אַמעריקאַנער פּאָליטישן סדר־היום?

גאָלדבערג פֿאַרשאַרפֿט די דאָזיקע פּראָבלעמאַטיק מיט דער הילף פֿונעם הױך־געשפּאַנטן סיפּור־המעשׂה, װאָס צו מאָל זעט אױס גראָטעסק און איבערגעטריבן. זײַנע גוטע העלדן קעמפֿן פֿאַר די ברײטערע הומאַניסטישע צילן פֿון מענטשנרעכט און פֿרײַהײט, בעת די שלעכטע יאַטן האָבן אַ שמאָלן פּראַגמאַטישן װעלטבאַנעם. דער הױפּט־גזלן איז דאָ קיסינדזשער, װאָס האָט אַ מאָל אַ זאָג געטאָן, אַז דער ענין פֿון מענטשנרעכט האָט אַ קנאַפּן שײכות מיט די אַמעריקאַנער פּאָליטישע אינטערעסן. ניט בעסער זײַנען ייִדישע נאַציאָנאַליסטן, װאָס װילן שטערן דער מיטאַרבעט צװישן ייִדישע אַקטיװיסטן און רוסישע דיסידענטן.

דער לײענער מוז אַװדאי ניט גלײבן אױף נאמנות אַלץ װאָס מען לײענט אינעם ראָמאַן. גאָלדבערג האָט אַ רײַכן כּוח־דמיון, װאָס ער לאָזט זיך צעשפּילן. צומאָל לײענט זיך זײַן ראָמאַן װי אַ פּאַראָדיע אױף שפּיאָנישע שונד־ראָמאַנען, צומאָל װי אַ פּאַראָדישע נאָכמאַכונג פֿון צוויי װערק פֿון דער רוסישער ליטעראַטור — מיכאַיל בולגאַקאָװס „מײַסטער און מאַרגאַריטאַ‟ און אַלעקסאַנדער פּושקינס „יעװעגני אָנעגין‟. אױף אַזאַ אופֿן קען גאָלדבערג אַפּעלירן צו פֿאַרשײדענע מינים לייענער, סײַ ליטעראַרישע פֿײַנשמעקער און סײַ ליבהאָבער פֿון געשפּאַנטע אַװאַנטורעס. אָבער פֿאַרן מחבר אַלײן איז דאָס דאָזיקע בוך מסתּמא אַ מין נאָסטאַלגיש מכבד־זײַן דעם דור פֿון זײַנע עלטערן — יענע מענטשן, װאָס זײַנען געװען פֿאַרטאָן אין דער דיסידענטישער באַװעגונג אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. הײַנט־צו-טאָג, װען דער ענין פֿון מענטשנרעכט איז װידער אַ הײסע פּראָבלעם אין רוסלאַנד, אין אַמעריקע און אין מדינת־ישׂראל, איז גאָלדבערגס היסטאָרישע פֿאַנטאַזיע װידער אַן אַקטועלע לעקטור.

å

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version