Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ציוניסטישער פֿירער זאבֿ זשאַבאָטינסקיס טעאָריע פֿון ייִדן װי אַ מיטלענדישע ראַסעZionist leader Ze’ev Jabotinsky’s theory of Jews as a mediterranean race

אין איר נײַ בוך שרײַבט מאַרינאַ מאָגילנער אַז דאָס אידענטיפֿיצירן ייִדן ווי אַ ראַסע האָט גוט געפּאַסט פֿאַר אַסימילירטע ייִדן ווי ער.

װאָס זײַנען ייִדן? אַ נאַציע, אַ פֿאָלק, אַ רעליגיעזע עדה, אַ גרופּע פֿון פֿאַרשײדענע עטנישע שבֿטים, אָדער אפֿשר אַ באַזונדערע ראַסע? די דאָזיקע פֿראַגע איז געװען אַן ענין פֿון לעבעדיקע װיכּוחים צװישן ייִדישע ליטעראַטן, פּאָליטיקער און דענקער פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה, װען די מערהײט אײראָפּעיִשע ייִדן האָבן געלעבט אין דרײַ פֿיל-פֿעלקערדיקע אימפּעריעס — דער רוסישער, דער עסטרײַך-אונגאַרישער און דער אָטאָמאַנישער.

אײנע פֿון די סאַמע אַקטיװסטע פֿיגורן אין די דאָזיקע װיכּוחים איז געװען זאבֿ (װלאַדימיר) זשאַבאָטינסקי, אַ רוסיש-ייִדישער זשורנאַליסט און אַ ראַדיקאַלער ציוניסט. זשאַבאָטינסקיס פּערזענלעכקײט און זײַן ליטעראַרישע און פּובליציסטישע שאַפֿונג פֿאַרבלײַבט שױן לאַנגע יאָרן אַ פּאָפּולערע טעמע פֿון היסטאָרישער פֿאָרשונג. דאָס נײַע בוך פֿון פּראָפֿעסאָר מאַרינאַ מאָגילנער, „ייִדן, ראַסע און די פּאָליטיק פֿון דיפֿערענץ‟, איז אַ נײַער און זײער אָריגינעלער בײַטראָג אין דער ביבליאָטעק פֿון זשאַבאָטינסקי-שטודיעס.

מאָגילנער באַטראַכט אײן װיכטיקן אַספּעקט פֿון זשאַבאָטינסקיס פּאָליטישער פֿילאָסאָפֿיע, דהײנו זײַן באַגריף פֿון ייִדן װי אַן אײגנאַרטיקע ראַסע. זשאַבאָטינסקי האָט געטענהט אינעם עסײ „ראַסע‟ (1913), אַז דװקא ראַסע איז דער עיקרדיקער יסוד פֿון דער ייִדישער אידענטיטעט. לױט זײַן דעה, באַװירקט די „ראַסע-פּסיכיק‟ אַלע אַספּעקטן פֿונעם געזעלשאַפֿטלעכן, פּאָליטישן און גײַסטלעכן לעבן פֿון אַלע ייִדן. דערבײַ אָבער — װי עס דערקלערט מאָגילנער — האָט דאָס װאָרט „ראַסע‟ ניט קײן קלאָרן באַטײַט אין זשאַבאָטינסקיס שריפֿטן. צו מאָל איז ראַסע אַ ביאָלאָגישער באַגריף, װאָס איז געװען פּאָפּולער אין דער אַנטראָפּאָלאָגישער װיסנשאַפֿט פֿון יענער צײַט. צו מאָל איז דאָס אַ מין מעטאַפֿאָר פֿאַרן אײגנאַרטיקן גײַסטיקן ייִדישן מהות, װאָס האָט זיך אױסגעשטאַלטיקט מיט טױזנטער יאָר צוריק אינעם אוראַלטן ארץ-כּנען. אַזאַ מין קאָנצעפּטועלע פֿליסעװדיקײט איז געװען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר ליטעראַטן פֿון זשאַבאָטינסקיס תּקופֿה.

פֿאַרװאָס איז דער ראַסע-באַגריף דעמאָלט געװען אַזױ חשובֿ פֿאַר זשאַבאָטינסקין? מאָגלינער האַלט, אַז װיכטיק איז דאָ געװען זײַן דערציִונג און קולטור. זשאַבאָטניסקי איז אױפֿגעהאָדעװעט געװאָרן אין דער קאָסמאָפּאָליטישער אַטמאָספֿער פֿון אָדעס סוף-19טן יאָרהונדערט. זײַן מאַמע-לשון איז געװען רוסיש. קינדװײַז האָט ער געהאַט אַ קנאַפּן שײכות צו ייִדישקײט, אָבער זײַן סבֿיבֿה איז געװען אַ ייִדישע. ער איז געװען אַ פּאָפּולערער רוסישער זשורנאַליסט און לכתּחילה האָט ניט געהאַט קײן אינטערעס צו ייִדישע ענינים.

אין 1903 האָט זשאַבאָטינסקי באַזוכט דעם זעקסטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין באַזל װי אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון אַן אָדעסער רוסישער צײַטונג, און האָט זיך גלײַך „מגייר‟ געװען אינעם ציוניסטישן גלױבן. ער האָט זיך תּמיד געהאַלטן פֿאַר אַ ייִדן, אָבער װאָס איז געװען דער מהות פֿון זײַן ייִדישקײט? קײן גלױביקער איז ער ניט געװען, און קײן װעלטלעכער ייִדישיסט אָדער העברעיִסט אױך ניט. דװקא דער באַגריף „ראַסע‟, װאָס איז דעמאָלט געװאָרן פּאָפּולער אין דער אײראָפּעיִשער װיסנשאַפֿט און קולטור, האָט גוט געפּאַסט פֿאַר דער אידענטיטעט פֿון אַסימילירטע ייִדן אַזעלכע װי ער, בפֿרט די, װאָס זײַנען פֿאַרטאָן געװאָרן אין דער ציוניסטישער באַװעגונג.

אָבער װאָס פֿאַר אַ מין ראַסע זײַנען ייִדן? אױף דער דאָזיקער פֿראַגע האָט מען געגעבן פֿאַרשײדענע ענטפֿערס. אײניקע פֿאָרשער האָבן געהאַלטן ייִדן פֿאַר אַ סעמיטישער ראַסע, אַ קרובֿ מיט אַראַבער און אײניקע אַפֿריקאַנער פֿעלקער. בײַ זשאַבאָטינסקין, װאָס האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַן אײראָפּעער, האָט דאָס אױסגעזען פֿרעמד. לױט זײַן דעה זײַנען ייִדן געװען אַ מיטלענדישע ראַסע, ענלעך מיט אַנדערע פֿעלקער אַרום דעם מיטלענדישן ים, אַזעלכע װי איטאַליענער, פֿראַנצױזן, גריכן. זשאַבאָטינסקי האָט זײער ליב געהאַט איטאַליע, װוּ ער האָט פֿאַרבראַכט עטלעכע יאָר װי אַ סטודענט, און אַזאַ מין ראַסע-קרובֿהשאַפֿט צװישן ייִדן און איטאַליענער איז אים אַ פּנים געװען ניחא. לױט זײַן טעאָריע, האָט זיך די ייִדישע ראַסע אױסגעפֿורעמט אין ארץ-כּנען פֿון אַ געמיש פֿון פֿאַרשײדענע אָרטיקע שבֿטים, װאָס װערן דערמאָנט אינעם תּנ״ך. אָבער שפּעטער, אין גלות, האָבן זיך שױן ייִדן געהאַלטן אָפּגעזונדערט פֿון אַרומיקע פֿעלקער און אַזױ אַרום האָבן זײ אָפּגעהיט זײער סאַמאָראָדנעם מהות.

דער באַגריף פֿון ראַסע האָט זשאַבאָטינסקין געהאָלפֿן צו באַגרינדן טעאָרעטיש זײַנע פּאָליטישע השׂגות. היות װי ייִדן זײַנען אַ באַזונדערע ראַסע, זײַנען זײ מסוגל צו האָבן אַן אײגענע מלוכה אױפֿן אײגענעם לאַנד. עס מאַכט ניט אױס, װאָס קולטורעל זײַנען ייִדן אין פֿאַרשײדענע גלות-ייִשובֿים גאָר פֿאַרשײדן. זײ אַלע פֿאַרמאָגן אַ בשותּפֿותדיקן ראַסע־יסוד, אױף װעלכן זײ קענען בױען אַ נײַע מאָדערנע געזעלשאַפֿט. דאָס איז געװען זשאַבאָטינסקיס ענטפֿער צו יענע פּאָליטישע דענקער, סײַ לינקע מאַרקסיסטן, סײַ רעכטע רוסישע נאַציאָנאַליסטן, װאָס האָבן לגמרי אָפּגעלײקנט די ייִדישע נאַציאָנאַליטעט, װײַל ייִדן פֿאַרמאָגן ניט קײן עיקרדיקע סמינים פֿון אַ נאַציע׃ אַן אײגענע טעריטאָריע, שפּראַך און װירטשאַפֿט.

זשאַבאָטינסקיס ראַסע-טעאָריע איז געװען אַ רעאַקציע אױף דעם קאָלאָניאַלן מצבֿ פֿון ייִדן אין דער רוסישער אימפּעריע, האַלט מאָגילנער. װי אַנדערע קאָלאָניזירטע פֿעלקער, האָבן זיך ייִדן גענײטיקט אין אַ טעאָרעטישן באַגריף, װאָס זאָל אַנטפּלעקן אַ טיפֿן חילוק צװישן דעם קאָלאָניזירטן און דעם קאָלאָניזאַטאָר. זשאַבאָטינסקי איז געװען אַ שטיצער פֿונעם אוקראַיִנישן נאַציאָנאַליזם, װײַל ער האָט געהאַלטן, אַז די אוקראַיִנער, אַזױ װי ייִדן, שטײען אין סכּנה פֿון אַסימילאַציע. אָבער זשאַבאָטינסקיס טעאָרעטישע השׂגות האָבן אים ניט געשטערט צו זײַן פֿאַרטאָן אין דער רוסישער קולטור, װוּ ער האָט זיך קונה־שם געװען מיט זײַנע ליטעראַרישע װערק און שײנע איבערזעצונגען פֿון דער װעלט-ליטעראַטור.

מאָגילנער לײגט פֿאָר אַ נײַע, אָריגינעלע אױסטײַטשונג פֿון זשאַבאָטינסקיס ליטעראַרישן עזבֿון. די פּראָבלעמען פֿון ראַסע און קאָלאָניאַליזם זײַנען הײַנט זײער קוראַנט אין אַמעריקאַנער הומאַניסטישע און סאָציאַלע פֿאָרשונגען, אָבער עד-היום זײַנען זײ פֿאַרבליבן אױף די ראַנדן פֿון רוסישע שטודיעס. דער בײַשפּיל פֿון זשאַבאָטינסקין װײַזט, אַז דער ענין פֿון ראַסע האָט טאַקע געשפּילע אַ װיכטיקע ראָלע אין די אינטעלעקטועלע װיכּוחים בײַ די רוסיש-שפּראַכיקע ליטעראַטן, בפֿרט װעגן דער ייִדישער און אוקראַיִנישער „פֿראַגע‟, כאָטש אין אַ סך הינזיכטן זײַנען זײ געװען אַנדערש פֿון די הײַנטיקע דיסקוסיעס. די הײַנטיקע פֿאָרשערישע מעטאָדאָלאָגיע פֿון ראַסע-שטודיעס קען אָבער זײַן ניצלעך אױך פֿאַר ייִדישע און סלאַװישע לימודים.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.